רוי:בלוט

פון המכלול
ווערסיע פון 07:34, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"p")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בלוט איז א פליסיקייט וואס צירקולירט אינעם גוף פונעם מענטש וואס דינט ווי די טראנספארטאציע מיטל ארום צו פירן די לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן, ווי אקסיגען און גלוקאז און אזוי ווייטער, פונעם קאפ ביזן נאגל פונעם פיס, געטריי און פלינק קומט זי אן צום קלענסטן באהאלטענסטן איבר, און גיבט זיי אלע חיות מיט נשמה דורך ליווערן די אקסיגען וואס מאכט עס די קאליר רויט.

געטריבן אין די אדערן, דורך דעם געטרייען אימערמידלעכן פּאָמפּ דער הארץ, שטראמט זי אן א אויפהער נאכאנאנד ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.

אויך טראגט זי אוועק די מיסט און אפּפאל, ווען זי ווערט בלוי, די קארבן דייאקסייד פון אלע גלידער ארויס צו די לופט.

אלע ידיעות וועגן בלוט ווערט אנגערופן העמטאלאגיע.

פונקציעס

Hemoglobin, a globular proteingreen = haem (or heme) groupsred & blue = protein subunits

בלוט pירט אויס pיל וויכטיקע pונקציעס אין דעם קערפער, כולל:

  • pארזארגן זויערשטאף צו געוועבן, דורך דעם העמאגלאבין אין די רויטע צעלן
  • pארזארגן שפייזונג, ווי למשל גלוקאז, אמינאזייערסן און pעט־זייערסן
  • אוועקנעמען אפpאל ווי קארבאן דיאקסיד, אורעע און לאקטישע זייערס
  • אימונאלאגיע, דורך צירקולאציע פון ווייסע בלוטצעלן, און שאפן אנטיקערפערס
  • pארגליווערונג, ווען א בלוט־אדער ווערט געשעדיקט, ווערט דאס בלוט pארגליווערט צו pארמיידן בלוטיגן
  • קאנטראלירן די קערפער־היץ

ווי אזוי נעמט עס און געבט דאס?

וויאזוי עס נעמט אקסיגען, הארמאנען, און וויטאמינען פון די לונגען, נירן, לעבער, מוח, געדערעם, און די אנדערע סטאנציעס, און עס גיבט דאס ארויס דערליווערינדיג דאס צו אירע פונקטליכע אדרעסן?

צייט דורכשניט פון רייזע

די בלוט צירקולירט דעם גאנצן קערפער דורכאויס צוויי מינוט.

בלוט צעלן

עס באשטייט פון צוויי מינע צעלן רויטע און ווייסע וואס זענען בעיקר צו קעמפן אינפעקציעס און באקטעריע.

פראדוקציע

די צעלן ווערן פּראדוצירט אינעם מארך ביין.

בלוט קלאטינג

שטעלט אייך פאר די הויזן איז אייך צוריסן געווארן און עס נייט זיך צוריק צו פון זיך אליינס....אדער שטעלט אייך פאר אז איר האט נישט קיין בלאד קלאטינג און מען כאפט א שניט אויף די הויט, און דאס בלוט רינט און רינט ביז ביז עס ענדיגט זיך די בלוט רח"ל.

בלוט טיפן

פארשידענע בלוט טיפן

עס זענען פארהאן כאטש 38 בלוט טיפן (blood types), קאטאגאריזירט דורך פארשידענע זאכן. די וויכטיגסטע חלק צו אידענטיפיצירן זענען די באקאנטע A B AB O טיפן, ווייל אויב דאס פארטוישט זיך אין א בלוט טראנספיוזשען, קען עס זיין פאטאל.

וואס זענען די A B AB O טיפן?

די בלוט פון א מענטש באשטייט הויפטזעכטליך פון 4 חלקים. 1. פלאזמא, 2. ווייסע בלוט צעלן (וועלכע קעמפפן קעגן אינפעקציעס), 3. פלעיטלעטס (וואס פארהאטעוועט די בלוט אין פאל פון א וואונד, און פארמיידט אויסבלוטונג), 4. רויטע בלוט צעלן.

אויף די רויטע בלוט צעלן זענען דא אנטיגענס (antigens), דאס זענען פראטינס און צוקער. און זיי זענען צוטיילט אין צוויי סארטן. די A סארט, און די B סארט. דער וואס האט בלויז דער A אנטיזשען אויף זיינע רויטע בלוט צעלן, הייסט אן A טיפ. דער וואס האט א B אנטיזשען, הייסט א B טיפ. דער וואס האט ביידע, הייסט אן AB טיפ. און דער וואס קיין איינס נישט, הייסט אן O טיפ.

צו די זעלבע צייט איז אויך דא "אנטיבאדיס" אנטקעגן די "אנטיזשענס". דער וואס האט די A אנטידזשין, וועט האבן "אנטיבאדיס" קעגן די B אנטידזשין. און די זעלבע פארקערט. דער AB טיפ וועט נישט האבן קיין אנטיבאדיס קעגן קיין איינס, און דער O טיפ וועט האבן קעגן ביידע.

צו דעם קומען צו די טערמינען "פאזיטיוו", און "נעגאטיוו". און דאס ווענדט זיך אין נאך א פאקטאר וואס הייסט "רהיסאס" (Rhesus factor), אדער "Rh" אין קורצן.

"רהיסאס" איז א סארט פראטין אויף די רויטע בלוט צעלן. עס זענען פארהאן 49 סארטן פון די פראטין. איינס דערפון ווערט אנגערופן Rh D. ווען דער פראטין איז דא אויף א מענטש'ס רויטע בלוט צעלן , איז ער פאזיטיוו. און ווען נישט, איז ער נעגאטיוו.

האמיר אויב אזוי 8 בלוט טיפן. O positive ,O negative ,A positive, A negative, B positivv, B negative, AB positive, AB negative.

אט איז די פראצענטן פון די פאפולאציע פון יעדע טיפ.

O positive – 37.4% O negative – 6.6% A positive – 35.7% A negative – 6.3% B positive – 8.5% B negative – 1.5% AB positive – 3.4% AB negative – 0.6%

רעפערענצן