רוי:איסטאנבול
|
סטאַמבול (טערקיש: İstanbul; פֿריער ביזאנץ און דערנאך קושטא אדער קאנסטאנטינאפאל) איז די גרעסטע שטאט אין טערקיי און די דריטע גרעסטע אין דער וועלט. די שטאט נעמט איין 27 דיסטריקטן פונעם סטאמבול פראווינץ.[1] זי איז געבויט אויף זיבן בערג און געפֿינט זיך אויפן באספארוס דורכגאס און רינגלט ארום דעם נאטירלעכן האוון וואס איז באקאנט אלס דער גאלדענער הארן, אין צפון-מערב פון לאנד. די שטאט ציט זיך סיי אויף דער אייראפעישער זייט (טראקיע) און סיי אויף דער אזיאטישער זייט (אנאטאליע) פונעם באספארוס, און איז די אייציגע מעטראפאליע אין דער וועלט וואס ליגט אין צוויי קאנטינענטן. סטאמבול איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער רוימישער אימפעריע (330–395), פון דער ביזאנטישער אימפעריע (395–1204 און 1261–1453), פון דער לאטיינישער אימפעריע (1204–1261), און פון דער אטאמאנישער אימפעריע (1453–1922).
סטאמבול איז די קולטור און פינאנץ צענטער פֿון טערקיי. די שטאט איז אויסגעקליבן ווי די בשותפותדיקע אייראפעישער הויפטשטאט פון קולטור פאר 2010.
סטאמבול האט א סך־הכול באפעלקערונג פון עטלעכע 15 מיליאן באוואוינער,[2] און איז איינע פון דער וועלט׳ס מערסט באפעלקערטע שטעט און איז די גרעסטע שטאט אין אייראפע.
אומגעפער 12.56 מיליאן אויסלענדישע באזוכער זענען אנגעקומען אין סטאמבול אין 2015, פינף יאר נאך ווען ער איז געווארן אנגערופן אן אייראפעאישע הויפטשטאט פון קולטור, איז דערפאר די שטאט דער וועלט׳ס פינפט־פאפולערסטער טוריסטן־ציל.[3] די גרעסטע אטראקציע אין דער שטאט איז איר היסטארישער צענטער, טיילווייז גערעכענט א וועלט ירושה ארט פון אונעסקא, און איר קולטור־ און פארוויילונג־קנופ איבער דער שטאט׳ס נאטירלעכן האוון, דער גאלדענער הארן, אין דעם בעיאגלו דיסטריקט. סטאמבול ווערט גערעכנט א וועלטשאט וואס האט איינע פון דער וועלט׳ס גיכסט־וואקסנדע מעטראפאליטאנישע עקאנאמיעס,[4] אין דער וועלט.[5] זי גאסטירט די הויפטקווארטירן פון פיל טערקישע פירמעס און מעדיע אויסגאנגען און רעכנט מער ווי א פערטל פון טערקיי׳ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט.[6] סטאמבול האט אין די לעצטע צוואנציג יאר אנגעבאט פינף מאל פאר דער זומער אלימפיאדע.[7]
נאמען
אזוי אויף ענגליש, דייטש, פראנצויזיש, טערקיש, און אנדערע שפראכן שרייבט מען דעם נאמען Istanbul (איסטאַנבול). די סלאווישע שפראכן – פויליש, רוסיש, אא"וו – האבן פארקירצט דעם נאמען צו סטאַמבול. דער אי אנפאנג איז געמעקט געווארן, און פונעם נ' איז געווארן א מ'.
איסטאנבול קומט פון די גריכן, וואס האבן עס גערופן "אייס טען פּאָלין" – צו דער שטאט. שפעטער האבן עס די קריסטן געטוישט צו קאָנסטאַנטינ-אָ-פּאָל, נאר דעם רוימישן קייזער קאנסטאנטין וועלכער האט אנגענומען דעם קריסטליכן גלויבן. ווען די מוסולמענער האבן צוגעכאפט טערקיי פון די קריסטליכע ביזאנטן האבן זיי געטויטש דעם נאמען צו איסטאנבול. עד היום הזה וועלן פראוועסלאוונע קריסטן רופן אים קאנסטאנטינאפאל.
היסטאריע
די שטאט איז געגרינדעט געווארן בערך אין יאר 660 פאר דער ציווילער רעכענונג מיטן נאמען ביזאנץ (Βυζάντιον בוזאנטיאן),[8] און איז געוואקסן אין גרייס און השפעה, ביז זי איז געווארן איינע פון די חשובסטע שטעט אין דער גאנצער היסטאריע.[9]
געאגראפיע
סטאמבול ליגט אויף די ברעגן פון דע באספארוס דורכגאס, א פאס פון וואסער וואס צעטיילט אייראפע און אזיע, וואס איז לאנג עטעלכע 30 קילאמעטער. די שטאט איז געבויט פון ביידע זייטן פונעם דורכגאס און צעשפרייט זיך לענגאויס דעם ים פון מארמארא. דריי בריקן פארבונדן דעם אזיאטישן טייל פון דער שטאט מיט דעם אייראפעאישן טייל אריבער דעם באספארוס. די ערשטע ווערט גערופן די " באספארוס בריק " אדער די "ערשטע באספארוס בריק"; די צווייטע בריק, אויך גערופן "פאטי סולטאן מעהמעט בריק" אדער די "צווייטע באספארוס בריק", ליגט פינף ק"מ צפון פון דער ערשטער. די דריטע און די נייסטע בריק איז געווידמעט געווארן אין דעם היינטיקן יארצענדלינג 10 ק"מ צפון פון דער צווייטער בריק.
די מערבדיקע, אייראפעאישע, זייט פון דער שטאט איז געבויט פון די צוויי זייטן פון דעם גאלדענעם הארן, א ים־האלדז וואס דרינגט אריין פונעם באספארוס טיף אין דעם אייראפעאישן שטח. דריי בריקן גייען אריבער דעם גאלדענעם הארן: דער גאלאטא בריק (Galata Köprüsü) נאנט צום ארט ווי ער טרעפט דעם באספארוס, אטאטורק בריק (Atatürk Köprüsü) אומגעפער 750 מעטער ווייטער און האליטש (Haliç Köprüsü) וואס טרעגט דעם אינעוועניגסטן גיך־שאסיי פון דער שטאט (Çevre yolu - D100/O-1). פון דרום גרענעצט די שטאט דעם ים פון מארמארא, און פון צפון דערגרייכן די פארשטעט ביז צום שווארצן ים.
די שטאט געפינט זיך אין אן ערדציטערניש זאנע; און יעדע עטלעכע יאר פאסירט אין דער שטאט אן ערדציטערניש. סטאמבול איז נאנט צום צפון-אנאטאליע שפאלט (KAFK, Kuzey Anadolu Fay Hattı) - א טעטיגער שפאלט וואס איז פאראנטווארטלעך פאר א סך ערדציטערנישן אין די לעצטיקע יארן. די נאנטקיים פון דער שטאט צום ים פון מארמארא פארגרעסערט די געפאר צו דער שטאט, ווייל מיט אן ערדציטערניש קען קומען צונאמי כוואליעס.
טראנספארט
סטאמבול׳ס הויפט אויטאסטראדן זענען O-3, O-2, O-1 און O-4. דער O-1 איז דער אינערן רינג-שאסיי און גייט איבער דער (ערשטער) באספארוס בריק. דער O-2 איז דער שטאט׳ס דרויסנדיגן רינג-שאסיי און גייט אריבער דער סולטאן מעהמעט (צווייטער באספארוס) בריק, דערנאך ציט ער זיך מערב קיין עדירנע. דער O-4 ציט זיך ווייטער מזרח קיין אנקארא. אין 2011, האבן די ערשטע און צווייטע בריקן אויף דעם באספארוס געטראגן עטלעכע 400,000 פֿארמיטלען יעדן טאג.[10] אחוץ די בריקן איבערן באספארוס איז אויך פאראן דער 14.6 ק"מ לאנג אייראזיע טונעל (געענפט דעם 20סטן דעצעמבער 2016) אונטערן באספארוס צו פארן צווישן די אזיע און אייראפע זייטן פון טערקיי.[11]
סטאמבול׳ס לאקאלע פובליקע טראנספארטאציע סיסטעם שליסט איין א נעצווערק פון טראמווייען, באנען, מעטרא, בוסן און פראמען. פארגעלט אריבער אלע טיילן פון דער טראנספארט סיסטעם איז אינטעגריט ניצן דעם סטאמבולקארט, איינגעפירט אין 2009.[12] די ערשטע טראמווייען אין סטאמבול זענען געפירט דורך פערד, אין 1872, דערנאך האט מען געפירט די טראמען מיט עלעקטריע, ביז אין די 1960ער יארן האבן מען אויפגעהערט די טראמווייען.[13] אין די 1990ער יארן האט מען איינגעפירט א נייע טראמוויי סיסטעם וואס טראגט 265,000 פאסאזשירן יעדן טאג.[13][14] אין 1875 האט געעפנט דער "טונעל", די צווייט־עלצטע אונטערערדישע באנליניע אין דער וועלט (נאך לאנדאנ׳ס מעטראפאליטאנע אייזנבאן).[13]
דער סטאמבול מעטרא האט פינעף ליניעס אויף דער אייראפעאישער זייט און איין ליניע אויף דער אזיאטישער זייט, און מען האלט אינמיטן בויען נאך דריי ליניעס.[15][16] די צוויי זייטן פון דעם סטאמבול-מעטרא זענען פארבונדן אונטערן באספארוס דורך דעם מארמאריי טונעל, אנגעהויבן אין 2013 ווי די ערשטע באן פארבינדונג צווישן טראקע און אנאטאליע.[17] ביז דעמאלסט האבן נאר בוסן באזארגט טראנספארטאציע צווישן די צוויי העלפט פון דער שטאט, מיט 2.2 מיליאן פאסאזשירן רייזעס יעדן טאג.[18]
İDO (סטאמבול ים־בוסן) אפערירט א קאמבינאציע פון פאסאזשירן פראמען און אויטא-מיט-פאסאזשירן פראמען צווישן פארטן אויף ביידע זייטן פונעם באספארוס, צפונדיק ביזן שווארצן ים.[19][20] מיט נאך צילן ארום דעם ים פון מאראמארא אפערירט İDO די גרעסטע שטאטישע פראם־אפעראציע אין דער וועלט.[21] דער גרעסטער טייל פון באזוכער קומען אריין אין טערקיי מיט עראפלאנען, אבער אומגעפער א האלבער מיליאן פרעמדע טוריסטן קומען אריין אין דער שטאט יעדע יאר דורכן ים.
קולטור
סטאמבול האט עטלעכע גרויסע געביידעס, איינע פון זיי די האגיא סאפיא, געבויט פאר א קלויסטער אבער היינט א מוזיי.
רעפערענצן
- ↑ Istanbul Metropolitan Municipality: Districts of Istanbul
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןPopulation of Turkey
- ↑ "MasterCard Global Destination Cities Index".
- ↑ "The World According to GaWC 2010". Globalization and World Cities (GaWC) Study Group and Network. Loughborough University. Retrieved 8טן מיי 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Berube, Alan (1טן דעצעמבער 2010). "Global Growth on the Orient Express". Brookings Institution blog "The Avenue". Retrieved 14טן אפריל 2013.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) - ↑ OECD Territorial Reviews: Istanbul, Turkey. מערץ 2008. ISBN 978-92-64-04383-1.
{{cite book}}
:|work=
ignored (help) - ↑ "IOC selects three cities as Candidates for the 2020 Olympic Games". The International Olympic Committee. 24סטן מיי 2012. Retrieved 18טן יוני 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) - ↑ Isaac 1986, p. 218
- ↑ מוסטער:ODB
- ↑ Efe & Cürebal 2011, p. 720
- ↑ "Istanbul's $1.3BN Eurasia Tunnel prepares to open". Anadolu Agency. 19טן דעצעמבער 2016.
{{cite web}}
: Check date values in:|date=
(help) - ↑ Songün, Sevim ( 16טן יולי 2010). "Istanbul Commuters Skeptical of Transit Change". Hürriyet Daily News. Retrieved 5טן יולי 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) - ↑ 13.0 13.1 13.2 "Chronological History of IETT" (PDF). Istanbul Electricity, Tramway and Tunnel General Management. Archived from the original on 16טן יוני 2012. Retrieved 1טן אפריל 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "T1 Bağcılar–Kabataş Tramvay Hattı" [T1 Bağcılar–Kabataş Tram Line] (in טערקיש). İstanbul Ulaşım A.Ş. (סטאמבול טראנספארט קארפאראציע). Archived from the original on 18טן אפריל 2014. Retrieved 20סטן אויגוסט 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archive-date=
(help); Unknown parameter|dead-url=
ignored (|url-status=
suggested) (help)CS1 maint: unrecognized language (link) - ↑ "Raylı Sistemler" [Rail Systems] (in טערקיש). İstanbul Ulaşım A.Ş. (סטאמבול טראנספארט קארפאראציע). Archived from the original on 9טן אפריל 2014. Retrieved 20סטן אויגוסט 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archive-date=
(help)CS1 maint: unrecognized language (link) - ↑ "Ağ Haritaları" [נעצווערק-מאפעס] (in טערקיש). İstanbul Ulaşım A.Ş. (סטאמבול טראנספארט קארפאראציע). Archived from the original on 15טן אויגוסט 2012. Retrieved 20סטן אויגוסט 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archive-date=
(help)CS1 maint: unrecognized language (link) - ↑ "Turkey: Connecting Continents". Economic Updates. Oxford Business Group. 7טן מערץ 2012. Retrieved 3טן אפריל 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) - ↑ "Public Transportation in Istanbul". Istanbul Electricity, Tramway and Tunnel General Management. Archived from the original on 4טן יאנואר 2013. Retrieved 3טן אפריל 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help) - ↑ "Interaktif Haritalar | İç Hatlar" [אינטעראקטיווע מאפע פון צייטפלענער | אין-דער-שטאט ליניעס] (in טערקיש). İDO. Archived from the original on 31סטן מיי 2012. Retrieved 3טן אפריל 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help)CS1 maint: unrecognized language (link) - ↑ "Dış Hatlar" [אינטעראקטיווע מאפע פון צייטפלענער | אין-דער-שטאט ליניעס] (PDF) (in טערקיש). İDO. Archived from the original on 16טן יוני 2012. Retrieved 3טן אפריל 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help)CS1 maint: unrecognized language (link) - ↑ Grytsenko, Sergiy (26טן סעפטעמבער 2011). "EBRD Supports Privatisation of Ferry Operations in Istanbul". The European Bank for Reconstruction and Development. Archived from the original on 17טן יוני 2013. Retrieved 4טן אפרי 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help)
גרעסטע שטעט אין דער וועלט: גרויסשטעט מיט מינדערסטן פינף מיליאן איינוואוינער | |
---|---|
|