רוי:דורכגאס
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
טעקע:Strait-yi.svg
געמעל פון א דורכגאס
א דורכגאָס איז א שמאלער נאטירליכער וואסער קאנאל וואס באהעפט צוויי גרעסערע קערפער פון וואסער, און ליגט צווישן צוויי יבשות.
לויטן אינטערנאציאנאלן געזעץ,[1] האבן די שיפן פון אלע פעלקער די רעכט אדורכצופארן א דורכגאס.
באוואוסטע דורכגאסן
צווישן קאנטינענטן
- בערינג דורכגאס, צווישן צפון אמעריקע (אלאסקע) און אזיע (צפון-מזרח סיביר), וואס באהעפט דעם בערינג ים אין צפון מיטן פאציפישן אקעאן און דעם ארקטישן אקעאן.
- דורכגאס פון גיבראלטאר, צווישן אייראפע (שפאניע) און אפריקע (מאראקא), וואס באהעפט דעם אטלאנטישן אקעאן מיטן מיטלענדישן ים.
- דער באספארוס און די דארדאנעלן, אין טערקיי, צווישן אזיע און אייראפע, וואס באהעפט דעם שווארצן ים — דורך דעם ים פון מארמארא — מיטן מיטלענדישן ים.
- באב על מאנדעב, צווישן אזיע (תימן) און אפריקע (דזשיבוטי), וואס באהעפט דעם אינדיאנער אקעאן מיטן ים סוף.
אויסטראליע און אקעאניע
- באס דורכגאס, צווישן אויסטראליע און דעם אינזל טאסמאניע.
- קוק דורכגאס צווישן דעם צפון אינזל און דעם דרום אינזל פון ניי זילאנד
אייראפע
- דורכגאס פון דאווער, צווישן אייראפע (פראנקרייך) און דעם אינזל גרויסבריטאניע, וואס באהעפט דעם צפון ים מיטן אטלאנטישן אקעאן.
- מעסינע דורכגאס, אין איטאליע, צווישן אייראפע (קאלאבריע) און דעם אינזל סיציליע.
אמעריקע
- מאגעלאן דורכגאס, צווישן דרום אמעריקע און דעם לאנד פון פייער, וואס באהעפט דעם אטלאנטישן אקעאן מיטן פאציפישן אקעאן.
אזיע
- מאלאקע דורכגאסן, צווישן דעם מאלאישער האלבאינזל און דעם אינזל סומאטרע אין אינדאנעזיע, וואס באהעפט דעם אינדיאנער אקעאן מיטן דרום כינעזער ים.
- הארמוז דורכגאס, צווישןאיראן און דער עקסקלאווע צפון אמאן, וואס באהעפט דעם אמאן איינגאס מיטן פערזישן איינגאס.
- טיראן דורכגאס, צווישן סאודי אראביע און דעם סיני האלבאינזל, וואס באהעפט דעם ים סוף מיטן אילת איינגאס.
אפריקע
- מאזאמביק דורכגאס, צווישן דעם אינזל מאדאגאסקאר און מאזאמביק.
רעפערענצן
- ↑ אינטערנאציאנאלע קאנווענץ וועגן שיפעריי אין דורכגאסן, באתר האו"ם
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
פידבעק אויפן ארטיקל