רוי:היידלבערג

פון המכלול
ווערסיע פון 03:41, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
היידלבערג
Heidelberg
[[טעקע:{{#אייגנשאפט:פאן בילד}}|border|115px]] [[טעקע:{{#אייגנשאפט:הערב בילד}}|90px]]
[[טעקע:{{#אייגנשאפט:בילד}}|250px]]
היידלבערג, מיט היידלבערג שלאס אויפן בערגל און דער אלטער בריק איבער טייך נעקאר
מדינה / טעריטאָריע Flag of Germany.svg דייטשלאנד
קאָאָרדינאַטן 49°25′N 8°43′E / 49.417°N 8.717°E / 49.417; 8.717 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער ד"ר עקארט ווירצנער
שטח 108.83 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

156,267‏  (שטייענדיג 2015)
1,400 באוואוינער א ק"מ2

היידלבערג (דייטש: Heidelberg) איז אן אוניווערסיטעט שטאט אין דייטשלאנד, פלאצירט אומגעפער 78 ק"מ דרום פון פראנקפורט. היידלבערג איז די פינפט־גרעסטע שטאט אין דעם דייטשן לאנד באדן-ווירטמבורג.

היידלבערג אוניווערסיטעט, געגרינדעט אין 1386, איז דער עלטסטער אוניווערסיטעט אין דייטשלאנד.

יידן אין היידלבורג

יידן האבן געוואוינט אין היידלבערג שוין אינמיטן דעם 13טן יארהונדערט. אין אנהייב פונעם 14טן יארהונדערט האט היידלבערג שוין געהאט אן ארגאניזירטע יידישע קהילה מיט א שול און א בית החיים.

היידלבערג איז באקאנט צוליב דעם וואס דארטן איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער די. פי. לאגער נאכן צווייטן וועלט קריג.

און וואס עס שטארצט נאכמער ארויס, איז דארטן געווען די איינציגע פלאץ און צייט איבער דער אמעריקאנער מיליטער'ישער היסטאריע, וואס האבן זיך באפאסט מיטן איבערדרוקן דעם ש"ס, כאטש זיי זענען בלויז אנגעקומען צו דרוקן איין איינציגער באנד פון מס' פסחים, און בלויז 500 אויפלאגעס, פארט טראגט דאס זייער א היסטארישער ווערד, און ווערט צוכאפט דורך די אנטיקן האנדלער אלס א יקר המציאות.

עס זענען געוועזן פארמישט דערין אסאך אויטאריטעטן און פערזענליכקייטן, אריינגערעכנט