רוי:אהרן הכהן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אהרֹן הכהן איז געווען דער ערשטער כהן אין כלל ישראל ווען די יידן זיינען געווען אין מדבר. אלע כהנים שטאמען פון אים.
אהרן איז געשטארבן מיט א מיתת נשיקה (דערבארעמדיקע טויט) אין הר ההר נאך פאר ווען די יידן זיינען אריין אין ארץ ישראל.
אוהב שלום ורודף שלום
אהרן איז געווען אן "אוהב שלום ורודף שלום", אזוי ווי די משנה זאגט אין מסכת אבות (א, יב) :
הלל אומר: הוֵי מתלמידיו של אהרן, אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
.
זיין פאמיליע
- זיינע עלטערן: עמרם מיט יוכבד
- זיינע געשוויסטער: משה רבינו און מרים הנביאה
- זיין ווייב: אלישבע (שוועסטער פון נחשון בן עמינדב)
- זיינע זין: נדב, אביהוא, אלעזר הכהן און איתמר.