רוי:רבי שלום דוד אונגער
רבי שלום דוד אונגאר זצ"ל (ה'תר"ך – ב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג), רב אין זשאבנא.
אפשטאם
רבי שלום דוד איז געבוירן און יאר ה'תר"ך, צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי שלום דוד איז אויסגעשטיגען ביי זיין שווער פאר איינע פון די אנגעזעהנע גדולים אין גאליציע, ער אליין האט דאס שטענדיג געפריווט צו פארשטעקן, ווען ער האט געדריקט זיין זיידען'ס תשובות אמרי נועם, אדער זיינע תשובות יד שלום האט ער זיי געדריקט אהנע צו פארמעלדן זיין נאמען.
רבי שלום דוד איז געווען רב אין ראקאוו, פוילן, אין יאר ה'תרנ"ב נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן רב אין זשאבנא אויף זיין פאטער'ס ארט. אין יאר ה'תרע"ד איז ער אנטלאפן קיין וויען, ווען ער איז צוריק געקומען קיין גאליציע אין יאר ה'תרע"ט האט ער זיך באזעצט אין טארנא.
הסתלקות
רבי שלום דוד איז נפטר געווארן אין וויען ב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג.
פאמיליע
רבי שלום דוד האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנחם מענדל שפירא, רב אין לאנצהוט. ער האט איר גע'גט וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בלומה חנה א טאכטער פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון דעם ראפשיצער רב. זייערע קינדער:
- הרב אלעזר אונגאר (ה'תר"ן – ב' אלול ה'תש"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא. ער האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב נפתלי רוקח, פון נאווריא, א זון פון הרב יהושע רוקח רב אין בעלזא. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת אדיל א טאכטער פון הרב אהרן אלימלך שניאור זלמן טווערסקי רב אין קראָסנא, א זון פון הרב מרדכי דוב טווערסקי, רב אין הארניסטייפל
- הרב ישראל אונגאר (ה'תר"ם (אומגעפער) - ראש חודש כסלו ה'תרצ"ז). ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם פון צאנז זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט איר טאכטער:
- מרת גיטל יהודית, די ווייב פון הרב יוסף האלפרין פון ריישא, א זון פון הרב יואל האלפרין פון ברעזאן.
- מרת פעריל הי"ד ( - ז' חשוון ה'תש"ג), די ווייב פון הרב ישראל שפירא (ה'תר"ן - ב' חשוון ה'תש"ן), דער בלאזשאווער רבי אין ניו יארק.
זיינע ספרים
- שו"ת יד שלום
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר