רוי:פרעזידענט פון פראנקרייך

פון המכלול
ווערסיע פון 10:56, 5 מערץ 2020 דורך YI>CommonsDelinker (Replacing Coat_of_arms_of_France_(UN_variant).png with File:Middle_coat_of_arms_of_the_French_Republic_(1905–1953).png (by CommonsDelinker because: File renamed: Criterion 3 (obvious error)).)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער רעפובליק (פראנצויזיש: Président de la République française) איז דער ראש מלוכה און דער הויפט עקזעקוטיוו פון פראנקרייך. דער וואוינארט פונעם פרעזידענט איז דער עליזע פאלאץ אין פאריז.

פון די פינעף פראנצויזישע רעפובליקן זייט דער פראנצויזישער רעוואלוציע האבן פינף געשטעלט א פרעזידענט, אזוי איז די פרעזידענטור פון פראנקרייך די עלטסטע אין גאנץ אייראפע. אבער, יעדע רעפובליק האט געגעבן איר פרעזידענט אן אנדער מאנדאט, אנדער אויפגאבעס און אנדערע פליכטן. למשל, אין די טעג פון דער דריטער רעפובליק איז די אויפגאבע פונעם פרעזידענט געווען מערסטן צערעמאניש, און דער עיקר קראפט איז געליגן מיטן פרעמיער מיניסטער.

היינט, ביי דער פינפטער רעפובליק, וואס איר קאנסטיטוציע איז געווארן אוועקגעלייגט פאר שארל דע גאל אין דער צייט פון דעם אלזשיר קריזיס וואס האט אונטערגעווארפן די פערטע רעפובליק, איז דער פרעזידענט דער העכסטער פיגור אין דער רעגירונג פון פראנקרייך, מיט א ברייטן מאנדאט, ספעציעל אין די געביטן פון נאציאנאלער זיכערהייט און אויסלענדישן פאליטיק; ער איז דער הויפט קאמענדאנט פון דער פראנזויזישער מיליטער; ער באשטימט דעם פרעמיער מיניסטער, כאטש ער איז באגרעניצט אין דעם אז זיין פרעמיער מיניסטער דארף קענען באקומען א מערהייט אין פארלאמענט. דער פרעזידענט האט דעם כוח אפזאגן מיניסטארן פון דער רעגירונג (אחוץ דעם פרעמיער מיניסטער, וואס נאר פארלאמענט קען אפזאגן), באפרייען די נאציאנאלע זאמלונגג, שיקן געזעצן פאר א צווייטער באטראכטונג, און צו באשטימען  3 פון די 9 מיטגלידער אין דער קאנסטיטוציאנעלער ראט ביי זיין קאדענץ.

דער פרעזידענט פון פראנקרייך האלט אויך דעם אמט ווי איינער פון די צוויי פרינצן פון אנדארע.

דער היינטיקער פרעזידענט פון פראנקרייך איז עמנואל מאקראן, וואס דינט אין אמט זייט דעם 14טן מיי 2017.

וואלן

אין דעם רעפערענדום פון 1962 האט מען באשלאסן צו וויילן דעם פרעזידענט אין דירעקטע נאציאנאלע וואלן. פריער איז דער קאדענץ געווען זיבן יאר, אבער זייט 2000 איז דער קאדאנץ אראפ צו פינף יאר.

אויך קען איין פרעזידענט נישט דינען מער ווי צוויי קאדענצן נאכאנאנד.

פרעזידענטן פון פראנקרייך

Flag of France.svg
פרעזידענטן פון פראנקרייך
צאל פארטרעט נאמען פארטיי קאדענץ פאסירונגען
Grand sceau de la République Française image001.gif צווייטע פראנצויישע רעפובליק
1. Napoleon-3.jpg נאפאלעאן דער דריטער באנאפארטיסטישע פארטיי 18481852 צוויי יאר נאך ווען מען האט אים געוויילט האט ער דורכגעפירט א רעוואלוציע און האט זיך באקריינט קייסער, און האט געגרינדעט די צווייטע פראנצויזישע אימפעריע.
Coat of Arms Second French Empire (1852–1870).svg צווייטע אימפעריע (18521870)
דריטע פראנצויזישע רעפובליק
2. Adolphe Thiers Nadar 2.JPG אדאלף טיער אומאפהענגיק 18711873 נבחר לפני קבלת החוקה בשנת 1875, לכן מעמדו החוקתי שונה מזה של נשיאי צרפת שכיהנו אחריו.
3. Patrice de Mac Mahon.jpg פאטריס דע מאק-מאהאן המפלגה הלגיטימיסטית 18731879
  • כינון החוקה.
  • נאלץ להתפטר עקב ניסיונו להעלות ראש ממשלה מונרכיסט.
4. Jules Grevy.jpg זשיל גרעווי לינקע רעפובליקאנער 18791887
5. Marie Francois Sadi Carnot.jpg מארי פראנסוא סאדי קארנא לינקע רעפובליקאנער 18871894
6. Jean Casimir-Perier.jpg זשאן קאזימיר-פעריע מעסיקע רעפובליקאנער 18941895
7. Felix Faure.jpg פֿעליקס פֿאר אפארטוניסטישע רעפובליקאנער 18951899
8. Emile Loubet.jpg עמיל לובע לינקע פארטיי 18991906
9. Armand Fallieres.jpg ארמאן פאליער דעמאקראטיש-רעפובליקאנער בונד 19061913
10. Raymond Poincaré 1914.jpg רעמאן פואנקארע רעפובליקאנער-דעמאקראטישע פארטיי 19131920 ערשטע וועלט-מלחמה
11. Paul Deschanel 01.jpg פאל דעשאנע רעפובליקאנער-דעמאקראטישע פארטיי 1920
12. Alexandre Millerand 02.jpg אלעקסאנדער מילעראן נאציאנאלע רעפובליקאנער ליגע 19201924
13. Gaston Doumergue 1924.jpg גאסטאן דומערג ראדיקאלישע פארטיי 19241931
14. Paul Doumer 1931.jpg פאל דומער ראדיקאלישע פארטיי 19311932
15. Albert Lebrun 1932 (2).jpg אלבער לעברון דעמאקראטישער בונד 19321940
Informal emblem of the French State (1940–1944).svg נאצי אקופאציע (ווישי פראנקרייך, 1940–1944)
Philippe Pétain (en civil, autour de 1930).jpg אנרי פיליפ פעטען 1940–1944 שיתף פעולה עם הנאצים ומונה לראש המדינה הצרפתית, שהייתה מדינת בובה של גרמניה הנאצית.
פראוויזארישע רעגירונג פון דער פראנצויזישער רעפובליק (1944–1947)
Middle coat of arms of the French Republic (1905–1953).png פערטע פראנצויזישע רעפובליק
16. Nieuwste portret van de Staatsminister van Frankrijk, Bestanddeelnr 901-4021 (cropped).jpg ווינסענט אריאל הסניף הצרפתי של האינטרנציונל של העובדים 1947–1954
17. René Coty-1929.jpg רענע קוטי המרכז הלאומי של העצמאים והאיכרים 1954–1959
Armoiries république française.svg פינפטע פראנצויזישע רעפובליק
18. De Gaulle-OWI.jpg שארל דע גאל איחוד למען הרפובליקה החדשה 1959–1969
19. Georges Pompidou (cropped 2).jpg זשארזש פאמפידו גאליסטישע פארטיי 1969–1974
20. Valéry Giscard d’Estaing 1978.jpg וואלערי זשיסקאר ד'עסטען רעפובליקאנער פארטיי 1974–1981
21. Reagan Mitterrand 1984 (cropped).jpg פראנסוא מיטעראן סאציאלישטישע פארטיי 1981–1995
22. President Chirac (cropped).jpg זשאק שיראק רעפובליקאנער 1995–2007
23. Flickr - europeanpeoplesparty - EPP Summit October 2010 (105).jpg ניקאלא סארקאזי רעפובליקאנער 2007–2012
24. Francois Hollande 2015.jpeg פראנצווא האלאנד סאציאלישטישע פארטיי 2012 - 2017 נישואים חד-מיניים בצרפת, הסכם פריז, פיגועי פריז וניס
25. Emmanuel Macron in Tallinn Digital Summit. Welcome dinner hosted by HE Donald Tusk. Handshake (36669381364) (cropped 2).jpg עמנואל מאקראן פארווערטס! 2017 - היינט

וועבלינקען

מוסטער:פאלי-שטומף