רוי:רבי עובדיה יוסף

פון המכלול
ווערסיע פון 13:53, 6 נאוועמבער 2022 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון 2A02:5080:18CD:F97B:EDFD:679F:61A1:6B34 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי עובדיה יוסף
מדינה Flag of Israel.svg מדינת ישראל
זיינע רביס הרב שלמה עבו מערבי מייסד פון אוצרות התורה, הרב שמשון אהרן פאלאנסקי אטפעליקער רב, הרב יהודה צדקה, הרב עזרא עטייה, הרב יעקב חי ציון עדס, הרב גרשון לפידות
הרב עובדיה יוסף 2013 תשע"ד לערנן תורה

מרן הרב עובדיה יוסף (י"ב תשרי ה'תרפ"א, באגדאד, איראק - ג' חשוון ה'תשע"ד, ירושלים, ישראל)[1] איז געווען א חרדישער ספרדישער תלמיד חכם און פוסק, תלמיד פון הרב עזרא עטייה, און איינער פון די גייסטליכער פירער פון די ספרדישע געמיינדעס. פון תשל"ג ביז תשמ"ג האט ער געדינט ווי דער ספרדישער הויפט רב פון ישראל, דער "ראשון לציון", און ער איז געווען דער גייסטלעכער פירער פון דער ש"ס פארטיי.

ער איז געווען באוואוסט פאר זיין לייכטן שטאנדפונקט וואס ער האט גענומען אין הלכה, וואו ער פלעגט שטענדיג מקיל זיין, אפילו ווען דאס איבערוועגנדיקער מערהייט פון פוסקים זיינען מחמיר, א זאך וואס האט אים באווייטערט פון מערערע פרומע קרייזן, אויך פון צעווישן די ספרדישע.

ער איז געווען באוואוסט פאר זיינע שארפע רעמארקן, וואס האבן אסאך מאל ענטהאלטעט רעסיסטישע געדאנקען, קעגן אנדערע יידישע קרייזן און פרעזענלעכקייטן, איינרעכענענדיק רבנים אדמו"רים און מקובלים, ווי אויך קעגן ניט אידן, און זיינען אפט מאל קאנדעמנירט געווארן דורך אידישע ארגינעזאציעס ארום דער וועלט אלס האס רייד. זיינע אנההענגער און מיטגלידער פון זיין פארטיי פארטיידיקן אים, און ערקלערן אז ער האט זיך ניט געמיינט צו אנטשעפן מיט אנדערע, נאר אז זיין סטיל פון רעדן איז געווען א שארפע, און אז אזוי איז דער סטיל פון רעדן ביי די אפשטאמיקע פון אראבישע לענדער.

ער האט געלערנט אין דער ישיבה פורת יוסף אלס בחור אונטער הרב עזרא עטייה, און זיך געדרייט צווישן די קנאים אויס אומצוטרוי וואס די ערליכע ספרדים פון יענע צייטן האבן געהאט קעגן די ציונים פארן אפווישן זייער מסורה.

ער איז געווען פון די באוואוסטע בעלי השפעה אין ספרדישע קרייזן, מיט אומגעפער 11 מאנדאטן פון דער ש"ס פארטיי.

ביאגראפיע

פון רעכטס צו לינקס: הרב עובדיה יוסף, הרב יעקב חי ציון עדס, הרב מאנצור בן שמעון און הרב יהודה צדקה

ווען ער איז געווען אלט פיר יאר האט זיין משפחה זיך געצויגן וואוינען אין ירושלים.

ער האט געלערנט אין תלמוד תורה פון הרב שלמה עבו מערבי מייסד אוצרות התורה אין דער ישיבה פורת יוסף אלס בחור אונטער הרב עזרא עטייה.

אין תש"ד (1944), האט ער געהייראט מרגלית, די טאכטער פון ר' אברהם הלוי פֿאַטאַל, פון דער חאלאבער קהילה.

אין תש"ה האט מען אים באשטימט א דיין פון דער ספרדישער געמיינדע אין ירושלים.

זיין דרך הלימוד איז אפט קריטיקירט געווארן אין לומדישע און אקאדעמישע קרייזן אלס א פלאטשיקער, וואס פעלט אין הבנה און אנאליזירונג פון די הלכה'ישע מקורות.

משפחה

אין 1944 האט ער געהייראט מרגלית פֿאַטאַל (תרפ"ז, 1927‏, אין חאלאב, סיריע - י"ט באב תשנ"ד, 27סטן יולי 1994). צווישן זייערע קינדער איז הרב יצחק יוסף, דער היינטיקער ספרדישער הויפט רב פון ישראל.

זיין פטירה

דעם 21סטן סעפטעמבער 2013 (חול המועד סוכות ה'תשע"ד), צוליב א דערעגערונג אין זיין געזונט, האט מען האספיטאליזירט הרב יוסף אינעם הדסה עין כרם שפיטאל, און זיין משפחה האט אים צוגעגעגבן דעם נאמען "חיים" ווי א סגולה פאר אריכות ימים[2]. הרב יוסף איז נפטר געווארן אין שפיטאל דעם 7טן אקטאבער 2013, ג' חשוון ה'תשע"ד, ביי דער עלטער פון 93.[3]

יענעם אוונט איז פארגעקומען זיין לוויה אין ירושלים צום סנהדריה בית עולם; לויט געוויסע מקורות האבן 800,000 מענטשן זיך באטייליקט אין דער לוויה.[4] לויט אנדערע איז דער נומער אסאך ווייניקער פון צעווישן 273,000 צו 450,000.[5]

מציבה

נוסח מציבה פון אידישע בית עולם פון סנהדריה

זיינע ספרים

  • הליכות עולם
  • השלמת ספר כף החיים חלק ב פון יורה דעה.
  • חזון עובדיה (שו"ת)
  • חזון עובדיה (הלכות המועדים (פסח וההגדה, סוכות, יו"ט, ארבע תעניות, חנוכה, פורים, ימים נוראים), פרוזבול, תרומות ומעשרות, אבלות (ג' כרכים), שבת (ו' כרכים), (י"ט כרכים ביחד)
  • טהרת הבית
  • טבעת המלך
  • יביע אומר (שו"ת)
  • יחוה דעת
  • לויית חן
  • מאור ישראל
  • ענף עץ אבות (פירוש לפרקי אבות)
  • קול סיני

רעפערענצן

  1. הרב עובדיה יוסף הלך לעולמו, אויף ynet
  2. http://www.kikarhashabat.co.il/הרב-חיים-עובדיה-יוסף-בן-גורגיה.html
  3. http://news.walla.co.il/?w=/90/2680496 נייעס וועגן דער פטירה פון הרב עובדיה יוסף ביי וואלה וועבזייטל
  4. ירוחם שמואלביץ, ‏ווידעא: 800,000 באגלייטן די מיטה פון הרב עובדיה יוסף, ביי לדעת.נט (העברעיש)
  5. זע די"times of israel" אויסגאבע פון october 9,2013 אין דער ארטיקל פון אדיב שטרמן און גבריאל פיסק



פריערדיגער:
{{{פאריגער}}}
ראשון לציון
תשל"ג - תשמ"ג
קומענדיגער:
{{{נעקסטער}}}