רבי אדם בעל שם

פון המכלול
ווערסיע פון 19:40, 14 אפריל 2026 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אדם בעל שם (ה'ת' יארן; 17טער י"ה) איז געווען א מיסטישע געשטאלט, א מקובל און בעל שם, באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי הבעש"ט.

צווישן די היסטאריקער זענען פארהאן מיינונגס-פארשידנהייטן און שפעקולאציעס איבער זיין אידענטיטעט. אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה מיט מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערן אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם און געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין דער כערסאנער גניזה זענען פארהאן עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.

לעבן און שאפן

דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א קליין אידיש ביכל געדרוקט אינעם 17'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם, אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות. דער ביכל, "איין מעכטיג שין מעשה אשׂ גישעהן איז צו ווין אונ' צו פראג דורך איין בעל שם דער האט גיהיישׂן ר' אדם ווינג"[1], דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער. צווישן אנדערן דערציילט עס אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון שפאניע קיין פראג, בעהמען. לויט יענעם ביכל, איז ר' אדם געבוירן און באגראבן געווארן אין ווינג (Bingen) נעבן ווארמס; אבער זיין שטענדיגער וואוינארט איז געווען פּראג.

די דאזיגע געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעש"ט פון רבי דוב בער פון ליניץ. אויך ווערט דארט דערציילט, בשם רבי אברהם שמשון פון ראשקוב, אז רבי אדם האט געטראפן כתבים פון "רזין וסתרין דאורייתא" אין א הייל. עס ווערט דערציילט אז די דאזיגע כתבים זענען געווען פון אדם הראשון און זענען איבערגעגעבן געווארן צו אברהם אבינו און יהושע בן נון.

איידער זיין פטירה, האט רבי אדם געמאכט א "שאלת חלום" צו וויסן פאר וועמען ער זאל איבערגעבן די כתבים, און מען האט אים געענטפערט פון הימל אז זיי געהערן צו "ישראל בן אליעזר פון אָקופּ". רבי אדם האט באפוילן זיין זון צו גיין קיין אקופ און אויפזוכן דעם פערצן-יעריגן בחוראון אים איבערגעבן די כתבים, ווייל זיי געהערן צו זיין שורש נשמה.

דער זון איז געקומען קיין אקופ, וואו ער האט געפונען דעם בעל-שם-טוב דינען אלס א פשוט'ער שמש אין בית המדרש. נאכדעם וואס ער האט באמערקט די באהאלטענע גרויסקייט פון דעם בחור, האט ער אים איבערגעגעבן די כתבים. די צוויי האבן געלערנט צוזאמען אין די וועלדער ארום אָקופּ, וואו דער בעל-שם-טוב האט אים מגלה געווען די טיפע סודות פון די כתבים. די מעשה ענדיגט זיך מיט א טראגעדיע ווען דער זון פון רבי אדם איז נפטר געווארן פּלוצלינג נאכדעם וואס זיי האבן זיך פארנומען מיט "קבלה מעשית"[2]

אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער צו דער ישיבה פון רבי יואל בעל שם אין זאמאשטש, דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה פון צדיקים נסתרים גערופן "מחנה ישראל". די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא, דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען די פירערשאפט. שפעטער, אין יאר תנ"ח, האט רבי אדם דאס איבערגענומען[3], אבער אויף דער אנווייזונג פון אחיה השילוני האט ער זיך אפגעזאגט פון פירן די חבורה און איבערגעגעבן די פירערשאפט צום בעל שם טוב[4]. אין דער כערסאנער גניזה (וועלכע איז אינדרויסן פון חב"ד אנגענומען אלס פאלש[5]), זענען דא עטליכע בריוו אין וועלכע "אדם בעל שם מרופשיץ" דרוקט אויפ'ן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן[6]. ווי עס איז אבער משמע אין די בריוו, האבן זיי זיך קיינמאל פערזענליך געטראפן[7].

לויט'ן שבחי הבעש"ט איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט[8], דאס קומט אויס צווישן תס"ד און תע"ד. אין דער כערסאנער גניזה זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר תצ"ה[9].

אידענטיטעט

א מאנומענט אינעם אידישן בית החיים אין ראהאטין, וועלכע קאנצענטרירט זיך איבער רבי דוד משה אברהם, גערופן רבי אד"ם, אינדענטיפיצירט אלס רבי אדם בעל שם דורך רבי ראובן מרגליות

עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען צווישן חסידים און היסטאריקער איבער ווער רבי אדם איז באמת געווען. דער חוקר שמואל אבא האראדעצקי האט געטענה'ט אז מען טרעפט נישט קיין בעל שם, און בכלל א איד, מיטן ערשטן נאמען אדם[10][11]. יהושע מונדשיין מערקט אָן אז דער טיטל "בעל שם" ערשיינט בלויז אין דער אידישער ווערסיע פון שבחי הבעש"ט און אז אין דער לשון-קודש'דיגער ווערסיע, וואס לויט אים איז דער אריגינעלער, ערשיינט עס נישט[12].

אין יאר תשכ"ג האט דער חוקר חנא שמערוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין דער באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד[13]. דאס טוט טאקע פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט עקזיסטירט[12], אבער לויט די ביכלעך, האט ער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב[14].

אין די טשערנאבילער הויפן איז אנגענומען אז רבי אדם וואס האט געשיקט די כתבים צום בעל שם טוב, איז געווען "רבי נחום גאון", דער זיידע פון רבי מנחם נחום פון טשערנאביל[15]; און לויט אן אנדערער גירסא איז ער געווען "רבי נחום שוסטאק", א זון פון רבי נחום גאון (געבוירן נאך זיין פטירה)[16][17]. דער נאמען "אדם" איז לויט דעם בלויז א כינוי פאר א "אדם השלם".

דער חוקר הרב ראובן מרגליות האט אידענטיפיצירט רבי אדם אלס רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין (נפטר תק"י[18]), מחבר פון ספר "מרכבת המשנה" אויף מכילתא און "תולדות אדם" אויף ספרי[11][19]. ער איז באקאנט געווען מיטן צונאמען ר' אד"ם וואס איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און דער בעל שם טוב האט ביי אים געטון שימוש חכמים[20].

פראפעסאר גרשום שלום האט גע'טענה'ט אז רבי אדם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר די כתבים פון רבי העשיל צורף וואס זענען געווען ביים בעל שם טוב און מתנגדים האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט שבתאי'שע אינהאלט[14]. הרב מרגליות[19], רובינשטיין[21] און מונדשיין[12] האבן שטארק קריטיקירט שלומ'ס באהויפטונג, וועלכנס מאטיוו קומט פון זיינע פערזענליכע נייגונגען, מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות.

גורל פון די כתבים

עס זענען פארהאן צוויי הויפט ווערסיעס וואס איז געשען מיט די כתבים נאך דער פטירה פון רבי אדם'ס זון:

  1. לויט "שבחי הבעש"ט", האט דער בעל-שם-טוב פארשלאסן די כתבים אין א שטיין ביי א בארג נעבן אקופ און געשטעלט א שומר דערויף[2].
  2. לויט דער טשערנאבילער מסורה, זענען די כתבים געבליבן ביים בעש"ט און נאך זיין פטירה זענען זיי אריבער צו זיין יונגער תלמיד, דער מאור עינים, וואס האט זיי איבערגעגעבן פאר זיינע קינדער[22].

צום בעל שם טוב איז, לויט איין מקור, אויך אנגעקומען א תהלים פון רבי אדם בעל שם[23].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. אראפגעברענגט דורך משה הלל זרי, בעלי שם, ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  2. 2.0 2.1 רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפוסט: דפוס ישראל יפה, תקע"ה, דף א–ב (סיפור ב').
  3. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה; רבי יוסף יצחק שניאורסאן, לקוטי דיבורים ג, עמ' תנשא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  4. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות, צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  5. זעט יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז, עמ' קכט–קנ (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  6. קובץ התמים חוברת ב', ווארשא: איגוד תלמידי התמימים, תרצ"ו.
  7. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ליקוטי שיחות כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס, זייט 333.
  8. רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א.
  9. קובץ התמים חוברת ד', ווארשא: איגוד תלמידי התמימים, תרצ"ז, עמוד ט.
  10. ספר שבחי הבעש"ט: ערוך ומסודר מחדש בצרוף מבוא והערות מאת ש"א הורודצקי, ברלין, תרפ"ב, עמ' קלא.
  11. 11.0 11.1 יצחק אלפסי, היחיד בדורות, תשנ"ז, עמ' 76-78 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  12. 12.0 12.1 12.2 יהושע מונדשיין, שבחי הבעש"ט, ירושלים, תשמ"ב, זייט 58–67.
  13. חנא שמערוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש"ט", ציון כח, עמ' 86–105‏, JSTOR 23552161.
  14. 14.0 14.1 גרשם שלום, "התנועה השבתאית בפולין", אין: ישראל היילפרין (רעדאקטאר), בית ישראל בפולין ב, ירושלים תשי"ד, עמ' 52;
    גרשום שלום, "הנביא השבתאי ר' העשיל צורף - ר' אדם בעל שם" אין: דוד אסף און אסתר ליבס (רעדאקטארן), השלב האחרון - מחקרי חסידות של גרשום שלום, הוצאת מאגנס, 2008, עמ' 41–63.
  15. מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", היכל הבעש"ט יג, היכל מנחם, תשס"ז, הערה 16.
  16. בצלאל לנדוי, הבעש"ט ובני היכלו, בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ.
  17. רבי חיים יוסף אריה פראגער, כתבי ר' יאשע שו"ב, עמוד קיא.
  18. ספר קהילה, רוהאטין - קהילת רוהאטין והסביבה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  19. 19.0 19.1 הרב ראובן מרגליות, "לזהותו של "ר' אדם"", במישור שנה ב, גליון ס"ד, תש"א. זעט אבישי אלבוים, המכילתא של ר' אדם, אויף עם הספר, ‏03/01/2019.
  20. יהודה ראטען, מרכבת המשנה, לעמבערג, תרנ"ה, עמ' א, הקדמת המביא לבית הדפוס; רבי חיים קרייזווירטה, הקדמה לשו"ת רבינו חיים כהן, לאנדאן, תשי"ז.
  21. אברהם חיים רובינשטיין, "על רבו של הבעש"ט ועל הכתבים שמהם למד הבעש״ט", תרביץ מח (תשל״ט), עמ׳ 146–158‏, JSTOR 23594334.
  22. רבי חיים יוסף אריה פרגר, כתבי ר"י שו"ב, בערכו של רבי זושא מאניפולי, אות כח, עמ' קיא.
  23. מנחם מענדל בודק, סדר הדורות החדש, לעמבערג, תר"מ, עמ' 6.