רבי מנחם שלם
רבי מנחם בן יעקב שלם, אויך באוואוסט אלס רבי מנחם אגלער (און אמאל בטעות אנגערופן "ר' מנחם קרא"; געב' בערך ה'ק'–ה'ק"ל; נפ' נאָך ה'קע"ג), איז געווען א למדן און אַריסטאָטעלישער פילאזאף וואס איז געווען טעטיג אין פּראג אין שפּעטן 14טן און פריען 15טן יארהונדערט. ער ווערט אנגעזען דורך עטליכע געלערנטע ווי דער ערשטער אידישער אינטעלעקטואל אין מיטל אלטערליכן אשכנז וואס מען קען אים רופן א "פילאזאף" אָן איבערטרייבן.
ביאגראפיע און אקטיוויטעטן
די גענויע דאטומס פון זיין געבורט און פטירה זענען אומבאקאנט. אין יאר ה'קע"ג איז ער געווען א דיין אינעם פראגער בית דין צוזאמען מיט רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן און רבי אביגדור קרא. מען נעמט אן אז זיינע איבערגעבליבענע ספרים האט ער פארפאסט אין פראג. עס איז דא א השערה אז ער איז אמאל געפארן קיין ירושלים און דעריבער האט ער זיך צוגעגעבן דעם נאמען "שלם"[1], כאָטש עס איז מעגליך אַז ער האָט דאָס געירשנט פון זיין פאָטער, רבי יעקב[2]. אין א בריוו-אויסטויש וואס ער האט געהאט מיט רבי אברהם קלויזנער (דער בעל "מנהגים"), א וויכטיגער רב און פוסק אין וויען סוף 14טן יארהונדערט, ווערט ער אנגערופן "מנחם אגלער". דער נאמען "אגלער" קען ווייזן אז ער שטאמט פון אקוויליע (Aquileia, אין דייטש: אגלאר) אין צפון-מזרח איטאליע[3].
ר' מנחם שלם און זיין חבר, ר' אביגדור קרא, האבן זיך גערופן איינער דעם צווייטן "מיין ברודער" אין זייערע כתבים. דער אויסדרוק ווייזט אויף א נאנטע באציאונג, אבער מען טאר דאס נישט נעמען כפשוטו: למעשה האבן זיי געהאט אנדערע טאטעס און עס איז נישטא קיין שום סיבה צו גלייבן אז זיי זענען געווען משפחה. פונדעסטוועגן, צוליב דעם טיטול, האבן געוויסע היינטיגע היסטאריקער אים בטעות גערופן "מנחם קרא", טראץ דעם וואס דער נאמען ווערט נישט געברענגט אין קיין שום פריערדיגער מקור.
אין איינע פון זיינע שריפטן דערמאנט ר' מנחם חזיונות וואס ער האט בייגעוואוינט בשעת ער איז געזעצן אין תפיסה ביי די קריסטן. ליידער ווייסט מען נישט מער איבער דעם אינצידענט[4].
זיינע חיבורים און מחשבה
ר' מנחם שלם האט איבערגעלאזט פיר עיקר חיבורים: 1) "כתב היחוד ודרך החיים" א פילאזאפישער זאמלונג וואס באהאנדלט קלאסישע טעמעס פון דער מיטל-אלטערליכער אידישער פילאזאפיע, ווי למשל שלימות השכל, נבואה, און הוכחות אויף מציאות הבורא און איבער השארת הנפש[5]; 2) א סעריע הגהות אויף משה נרבוני'ס פירוש אויפן "מורה נבוכים" פונעם רמב"ם (עס אנטהאלט אויך ר' מנחם'ס הגהות אויף אל-גאזאלי'ס "כונות הפילוסופים" (مقاصد الفلاسفة), א טעקסט וואס איז געווארן פּאפּולער צווישן אידישע געלערנטע אינעם פערצנטן יארהונדערט אלס א גוטע זאמלונג פון פארשידענע פילאזאפישע מיינונגען)[6]; 3) א בריוו צו ר' אברהם קלויזנער, רב פון וויען, איבער עניני פילאזאפיע און אמונה; און 4) א פראגמענט פון א ויכוח קעגן דער קריסטליכער גלויבן פונעם "דריי-אייניגקייט"[7].
פיל פון זיין מחשבה האט זיך געדרייט ארום די כוחות פון די כוכבים ומזלות וואס מישן זיך אריין אין דער וועלט ("עולם השפל"). מצד אחד האט ר' מנחם געהאלטן אז די באוועגונג פון די הימלישע קערפערס שאפן השפעות אויף א מעכאנישן וועג; מצד שני האט ער געגלייבט אז די "רוחות" פון די כוכבים האבן א סימפאטיע צו מענטשן, ספעציעל צו פילאזאפן, און זיי ווארענען זיי פון סכנות דורך חלומות און מראות[8].
ר' מנחם האט געגלייבט אז א דביקות פונעם מענטשליכן שכל אינעם "שכל הפועל" (Active Intellect) איז מעגליך, און אז אזא דביקות, איינמאל עס קומט צושטאנד, שיצט דעם מענטש פון שעדליכע השפעות פון די מזלות. אזוי ארום, דורך יאגן זיך נאך שכליות'דיגע שלימות, קען א מענטש זיך ראטעווען פונעם גורל וואס איז באשטימט געווארן דורך די הימלישע באוועגונגען. גייענדיג אין די פוס-טריט פון דער רמב"ם-טראדיציע, האט שלם געטענה'ט אז דאס לערנען ספרי פילאזאפיע קען ברענגען דעם מענטש צו דער אויסלייזנדער שלימות השכל; פון דער אנדערער זייט, אנדערש ווי זיינע חברים ר' יו"ט מילהויזן און ר' אביגדור קרא, האט ער געהאלטן אז לימוד הקבלה איז גארנישט ווערט (עפ"ל). ר' מנחם האט אויך געטענה'ט אז "משיח (בן יוסף?)" און "אליהו הנביא", וואס ווערן דערמאנט אין די מקורות אלס פארגייער פונעם משיח, האבן "אלעגארישע" (משל-ארטיגע) באדייטן: דער ערשטער (משיח) איז א משל אויף דעם אויסלייזנדן דביקות פונעם מענטשליכן שכל אינעם שכל הפועל, און דער צווייטער (אליהו) איז א רמז אויף דער גייסטיגער-שכליות'דיגער אנטוויקלונג וואס קומט פאר דעם[9].
זיין לעגאַט
רוב פון שלם'ס ווערק זענען פארבליבן אין כתבי-יד ביזן היינטיגן טאג. איין איינצלנער סופר, ירוחם בן שלמה פישל, האט איבערגעשריבן רוב פון די רעלעוואנטע כתבי-יד אין דער צווייטער העלפט פונעם 15טן יארהונדערט אין קליין-פוילן[10]. שלם ווערט ציטירט אין א רבנישן ויכוח איבער די מעגליכקייט פון גלגול נשמות אין יאר 1466 אין קאנדיע, כרתי[11]. צי זיינע ווערק האבן געהאט א השפעה אויף די אידישע דענקער פונעם 16טן יארהונדערט, אדער צי מען קען רעדן פון א קייט פון "אידישער ראציאנאליזם" (חקירה) ביי די אשכנזישע אידן סוף מיטל-אלטער, איז א דעבאטירטע פראגע ביי די פארשער[12].
ביבליאגראפיע
- אפרים קופפר, "לדמותה התרבותית של יהודות אשכנז וחכמיה במאות הי״ד-הט״ו", תרביץ מב (תשל"ב-תשל״ג), עמ' 147-113.
- הרב יהודה זייבלד, "פירוש יוסף המשכיל למורה נבוכים – חוג קראי של לומדי מורה נבוכים ומפרשיו בביזנטיון", גילוי מילתא בעלמא, מאי 5, 2022
- Milan Žonca, "Menaḥem ben Jacob Shalem and the Study of Philosophy in Late Medieval Prague", Studying the Arts in Late Medieval Bohemia: Production, Reception and Transmission of Knowledge, ed. by Ota Pavlíček, Turnhout, 2021 (Studia Artistarum, 48), p. 27–47
- ↑ Reiner 1984; Yuval 1989; Davis 1993.
- ↑ Žonca 2021; Visi 2023.
- ↑ קופפער 1973.
- ↑ זעט קופפער 1973.
- ↑ אוניווערזיטעט פון אקספארד, באדלעיאן ביבליאטעק, MS Opp. 585; The Palatina Library, Cod. Parm. 2478 (רל"ד); The Russian State Library Ms. Guenzburg 275 Turin National University Library Ms. A VI 34 F47583.
- ↑ אוניווערזיטעט פון אקספארד, באדלעיאן ביבליאטעק, MS Opp. 573.
- ↑ זעט קופפער 1973; תלמג' 1980; שמערוק 1981; פאר אנדערע, קלענערע חיבורים, זעט תלמג' 1983.
- ↑ Visi 2009.
- ↑ Visi 2011.
- ↑ בית-אריה, מלאכי. 1981. "הערה להערתו של ח' שמרוק למאמרו של א. תלמג'". קרית ספר נו, תשמ"א: 750.
- ↑ קופפר 1973; אויף דער ויכוח זעלבסט, זעט Ogren, Brian. 2009. Renaissance and rebirth: Reincarnation in early modern Italian Kabbalah. Leiden/Boston: Brill.
- ↑ זעט קופפר 1973; Davis 1993; Fishman, David. 1997. Rabbi Moshe Isserles and the study of science among Polish rabbis. Science in Context 10(1997): 571–588; Reiner, Elchanan. 1997. The attitude of Ashkenazi society to the new science in the sixteenth century. Science in Context 10(1997): 589–603; Visi 2011.