כדרלעומר
כְּדָרְלָעֹמֶר (אין סעפּטואגינטא: Χοδολλογομόρ "כוֹדוֹלוֹגוֹמוֹר") איז געווען א מלך פון עילם, וועלכער ווערט דערמאנט אין בראשית יד אלס טייל פון א קאָאַליציע פון פיר קעניגן, וועלכע האָבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף כנענ'ישע קעניגן פון כיכר הירדן וועלכע האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.
געשיכטע אין דער תורה
דער נאמען כדרלעומר ערשיינט פינף מאל אין די תורה, אין בראשית יד. דארט ווערט דערציילט אז די פינף שטאָט-שטאַט מלכים פון כיכר הירדן, ברע מלך סדום, ברשע מלך עמורה, שנאב מלך אדמה, שמאבר מלך צבוים, האָבן געדינט כדרלעומר'ן פאַר צוועלף יאָר, און אין דעם דרייצנטן יאָר האָבן זיי רעבעלירט. אין דעם פערצנטן יאָר, איז כדרלעומר געפארן זיי אונטערדריקן, בשעת ער נעמט מיט זיך נאך דריי מלכים, אריוך מלך אלסר, אמרפל מלך שנער, און תדעל מלך גוים. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, חורים און אמוריים, ווי אויך דאס גאנצע פעלד פון די עמלקים. די קאאליציע פון פיר קעניגן האט זיך אנגעטראפן אין די ווידערשפעניגע אין עמק השידים, און זיי באזיגט אין קריג. כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן. ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז ער געקומען מיט זיינע קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט באזיגט כדרלעומר און די מלכים ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.
פון די פסוקים שיינט אז כדרלעומר האט געפירט די מלחמה[1], און אין פסוק ט' ווערט כדרלעומר אויסגערעכנט דער ערשטער פון אלע פיר קעניגן[2]. דעריבער האלטן טייל מפרשים (ווי רד"ק) אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער פון צווישן די פיר[3][4]. פון דער אנדערע זייט ווערט אמרפל (וואס לויט חז"ל איז נמרוד) אויסגערעכנט דער ערשטער אנהייב קאפיטל, און עס איז משמע אז ער איז געווען חשוב'סטער[5][6]. רש"י ערקלערט אז וויבאלד די קעניגן האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעומר, איז ער "נכנס בעובי הקורה", דאס הייסט זיך אריינגעלייגט מער אינעם קאמפיין ווי די אנדערע[7]. טייל זאגן אז כדרלעומר איז טאקע געווען דער פירער, אבער אמרפל איז געווען דער עלטסטער[8]. אנדערע זאגן אז אמרפל איז געווען דער חשוב'סטער אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד, אָבער מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפּיץ[9].
מלכי־צדק (שם), דער קעניג פון שָׁלֵם, איז אַרויסגעקומען אַנטקעגן אברהם נאָכן באַזיגן פון כדרלעומר, מיט ברויט און וויין. טייל מדרשים זאָגן, אַז מלכי־צדק האָט מיט דעם געוויזן אַז ער טראָגט נישט קיין האַס קעגן אברהם פאַר דעם וואָס ער האָט געהרגעט זײנע קינדער, וואָס עילם (כדרלעומר) איז געווען אַ זון פון שם[10]. ג-ט האט געזאגט פאר אברם ער זאל נישט מורא האבן פון די קללה פון שם[11].
אויסלייג פונעם נאמען "כדרלעומר"
לויט דער גמרא[12] ווערט דער נאמען געשריבן "כדר לעומר" מיט צוויי ווערטער אבער אויף דער זעלבע שורה, אבער לויט אונזער מסורה ווערט עס געשריבן אין איין ווארט[13]. אזוי אויך אויב עס איז נוגע צו שרייבן דעם נאמען אין א גט, שרייבט מען "כדרלעומר"[14].
אידענטיטעט
דער נאמען "כדרלעומר" ווערט באטראכט צו זיין "קוטיר-לאַגאַמאַר" (Kutir-Lagamar), א טיפישער עילמישער נאמען. דער ערשטער טייל פונעם נאָמען, "קודור", ערשיינט אלס דער ערשטע עלעמענט אין פילע עילמישע נעמען, און באדייט "דינער פון" אדער "בכור". דער צווייטער טייל, "לאַגאַמאַר" אדער "לאַגאַמאַל", איז אן עילמישער אפגאט. אבער שפורן פון אן עילמישער קעניג מיט'ן נאמען "קוטיר-לאגאמאר" זענען נאכנישט געפונען געווארן, און עס ווערט ערקלערט מיט דעם וואס פארצייטנס פלעגן קעניגן טראגן עטליכע צונעמען, און כדרלעומר איז ווארשיינליך אן אומבאקאנטער צונאמען פון איינער פון די באקאנטער קעניגן[15].
קיילשריפט אויפשריפטן וועלכע מ'פלעגט מיינען אז זיי אנטהאלטן דעם נאמען ווערן היינט דערשיפרירט אנדערש[16]. איין אזא ביישפיל זענען די שפּעטע בבלישע לעגענדעס (די אזוי-גערופענע "כדרלעומר טאבלעטן") אין וועלכע ט. פינטשעס האט אין יאר 1897 געפונען די נעמען "קודור-לאגאמאר", "טודכאַליאַ" (א נאמען פאראלעל צו תדעל), און "ערי-אַקו" (פאראלעל צו אריוך)[15]. סימבאלן אין קיילשריפט קענען געליינט ווערן אין עטליכע וועגן, און היינט איז פּינטשעס'נס באהויפטונג אנגענומען צו זיין א טעות אין דעשיפרירונג, און דער נאָמען איז וואַרשיינליך קוטיר-נאַכונטע II (Kutir‑Naḫḫunte), וואס ווערט דערמאנט אינעם טאבלעט אלס איינער פון דריי קעניגן וואס האבן פארשוועכט די בבלישע אפגעטער און געשטראפט געווארן דערויף[17].
פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן כדרלעומר מיט קוטיר-נאַכונטע I[18][15], אן עילמשער קעניג וואס האט אנגעגריפן און באזיגט כאַמוראַבי'ס זון און נאכפאלגער שאַמשו-אילונאַ. אנדערע אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מאבוק (Kudur-Mabuk) אן עילמישער מיליטער-מאן וואס האט איינגענומען לאַרסאַ און געקרוינט אלס קעניג זיין זון וארד-סין (וועלכער ווערט אידענטיפיצירט מיט אריוך). פארהאן ראיות אז די הערשאפט פון לאַרסאַ האט זיך געצויגן ביז סיריע און ארץ ישראל[19][15][20].
יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט כדרלעומר, זענען געווען אשורישער גענערעלער[21]. ענליך שרייבט דער אברבנאל אז "די אלע האבן געקעניגט אין געגנטער פון אשור"[22]. רב סעדיה גאון שרייבט אז כדרלעומר איז געווען דער קעניג פון כוזיסטאן (העב'), א געגנט דרום-מזרח פון דער היינטיגער איראן[23]
אין מדרש
אין מדרש רבה שטייט אז די פיר מלכים זענען מרמז קעגן די פיר גרויסע אימפּעריעס וואס וועלן אויפשטיין אויף דער וועלט, און אידענטיפיצירט כדרלעומר מיט מָדַי[24]; דאס שטימט מיט חז"ל אנדערשוואו אז עילם איז מדי[25]. אבער דער רמב"ן ברענגט דעם מדרש אנדערש, אז כדרלעומר איז מרמז אויף יָוָן[26].
ביבליאגראפיע
- פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, 1993, זייטן 103-104.
- חיים ה. פייפר, "כדרלעמר", אנציקלופדיה מקראית ד, עמוד 13.
- לייבל רזניק, התנ"ך מן השטח א, ירושלים, תשע"א, עמ' 77–81, אויף אוצר החכמה.
רעפערענצן
- ↑ בראשית יד, ד–ה.
- ↑ בראשית א, ט.
- ↑ רד"ק, בראשית יד, ד.
- ↑ פייפר, כדרלעומר.
- ↑ גור אריה, בראשית יד, ה.
- ↑ ספורנו, בראשית יד, א.
- ↑ רש"י אין דפוס אלקבץ, געברענגט אין רש"י השלם – אריאל א, מכון אריאל: ירושלים, תשמ"ו, 143982.
- ↑ פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד, א.
- ↑ העמק דבר, בראשית יד, א.
- ↑ פסיקתא זוטרתא (לקח טוב), בראשית יד, יח.
- ↑ עץ יוסף אויף בראשית רבה, פרשה מ"ד, פסקה ז'.
- ↑ חולין סה, א.
- ↑ זעט מנחת שי, בראשית יד א.
- ↑ בית שמואל, שמות אנשים, אות כ'.
- ↑ 15.0 15.1 15.2 15.3 רזניק, תשע"א.
- ↑ Morris Jastrow, Jr., Robert W. Rogers, "Chedorlaomer", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
- ↑ חיים תדמור, אנציקלופדיה מקראית ח, תשמ"ב, עמ' 434-435, "תדעל".
- ↑ ארצי 1993; פייפר כדרלעמר.
- ↑ פירושי הרב דוד צבי הופמן א (בראשית א), בני ברק, תשכ"ט.
- ↑ Donald A. MacKenzie, (1915), Myths of Babylonia and Assyria.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.
- ↑ אברבנאל, בראשית יד, א.
- ↑ רב סעדיה גאון, תפסיר לבראשית פרק יד פסוק א.
- ↑ בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
- ↑ שמות רבה, פרשה ט"ו, פסקה ט"ז. פירוש מהרז"ו אויף בראשית רבה מב.
- ↑ רמב"ן, בראשית יד, א.