אריוך
אַרְיוֹךְ ווערט דערמאנט אין בראשית יד אלס דער קעניג פון אלסר וואס האט אנטיילגענומען ביי דער מלחמה אין עמק השידים. די פיר קעניגן, אמרפל, אריוך, כדרלעמר, און תדעל האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.
אידענטיטעט
דער נאמען 'אַרְיוֹךְ' ווערט געזען אלס א חורישער, לינגוויסטיש פאראלעל צו 'אַריוואוק' אדער 'אַריאוק' וואס ערשיינט אין די בריוו פון מארי און מינוזי אין די צייטן פון כאמוראבי, וועלכע ווערט אידענטיפיצירט מיט אמרפל. די נעמען זענען זעלטן אין קיילשריפט אויפשריפטן, און ערשיינט נישט נאך דער צווייטער יאר-טויזנט פצ"ר[1]. אנדערע האלטן עס אלס אן אינדיאנער-איראנער נאמען 'אַריאַאוקאַ', האבנדיג די 'אַריאַ' שטאם דערין[2].
דאס לאנד אֶלָּסָר ווערט געטייטשט אין תרגום יונתן אויף א אלס 'תַלְסַר', ענליך צו די תרגום אויף "תְּלַאשָּׂר" אין מלכים ב' יט, וועלכע ווערט אידענטיפיצירט מיט טיל-אַשורי וואס איז געווען צו מזרח דעם חדקל, און טייל פארשער האלטן אז דאס איז אלסר[3]. אין דער מגילה פאר בראשית פון קומראן ערשיינט 'כפתוך', ווארשיינליך כפתור וואס איז קאַפאָדעקיע[4][5]. פארשער אידענטיפיצירן אֶלָּסָר מיט לארסא אין דרום מעסאָפאָטאַמיע, אנדערע אידענטיפיצירן עס אדער מיט אילאַנסוראַ נעבן חרן וואס ווערט דערמאנט אין די בריוו פון מארי[3]. דער רמב"ן ברענגט פון מדרש רבה אז אלסר איז מדי, אדער עכ"פ א רמז דערויף.
עס פלעגט זיין אנגענומען צו אידענטיפיצירן אריוך מיט ואראד-סין אדער רים-סין די קעניגן פון לארסא, וועלכע האבן געהאט דעם צונאמען 'אריאַקו' (Eri-aku)[6], אבער היינטיגער פארשער ווארפן אפ דעם פארשלאג[7]. טייל האלטן אז אריוך אין אַריאוק וואס ווערט דערמאנט אין די בריוו פון מארי אן אן אונטערטאַנער פון זימרילים דער קעניג פון מארי[8]. אויך ווערט פארגעשלאגן אז ער איז אריוואוק דער זון פון זימרילים[9]. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, זענען געווען אשור'ישער גענערעלער[10].
זעט אויך
צו ליינען מער
- צבי אדר, ספר בראשית: מבוא לעולם המקראי, תל אביב, 1971, זייטן 47 - 44.
- פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, 1993, זייטן 103-104.
- בנימין מייזלר, "אלסר", "אריוך", אנציקלופדיה מקראית א, עמודים 367 (אלסר), 564 (אריוך), און 804.
רעפערענצן
- ↑ ארצי, 1993.
- ↑ מייזלר, אריוך; רן צדוק, עולם התנ"ך: דניאל, תל אביב, דוידזון עתי, 1997, עמ' 33.
- ↑ 3.0 3.1 מייזלר, אלסר.
- ↑ יהודה קיל, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא א, ירושלים: מוסד רב קוק, תשנ"ז, עמ' שסב.
- ↑ Fitzmyer, Joseph (2004). The Genesis Apocryphon of Qumran Cave 1 (1Q20): A Commentary. Rome: Editrice Pontifico Istituto Biblico. p. 232. ISBN 8876533184
- ↑ Pinches, Theophilus (1908). The Old Testament In the Light of The Historical Records and Legends of Assyria and Babylonia (third ed.). London: Society for Promoting Christian Knowledge. pp. 218–220.
- ↑ מייזלר, אריוך.
- ↑ Walton, John H., and Craig S. Keener. NRSV Cultural Backgrounds Study Bible: Bringing to Life the Ancient World of Scripture. Zondervan, 2019. p. 39; K.A. Kitchen, On the Reliability of the Old Testament [OROT], William B. Eerdmans Publishing, 2003. p. 320; Durand, Jean-Marie (2005). "De l'époque amorrite à la Bible: le cas d'Arriyuk". In Kogan, Leonid Efimovich (ed.). Memoriae Igor M. Diakonoff. Babel und Bibel (in פֿראַנצויזיש). Vol. 2. Eisenbrauns. pp. 59–69. ISBN 978-1-57506-123-8; Dalley, Stephanie (2021). The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116. Cambridge University Press. pp. 319–320. ISBN 9781107136274 (פון ענגלישער וויקיפעדיע)
- ↑ מייזלר, זייט 804.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.