רוי:זשובאר

ווערסיע פון 16:50, 22 יוני 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (יודאיקע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

זשובאר (דזשאָבאַר) איז א דארף צפון־מזרח פון דמשק; באזעצט דורך אן אלטע מוסטאראבישער (אראביש־רעדנדיגער) אידישער געמיינדע, וואס איז אפט דערמאנט געווארן דורך פריע רייזנדע, אזוי ווי פתחיה פון רעגענסבורג (1180) און שמואל בן שמשון (1211). די געמיינדע האט געהאט פעלדער, גערטנער, און וויינגערטנער; אין צוגאב צו פארמעריי, האבן די אידן פון זשובאר געארבעט אלס האנטווערקער און זענען געווען פארנומען אין האנדל און פּעדלען אין די נאענטע דערפער. נאך דער פארטרייבונג פון די אידן פון שפאניע, האבן זיך עטליכע פאמיליעס באזעצט אין זשובאר. ביים אנהייב פון דעם 16טן יארהונדערט האט דאס דארף געהאט א באפעלקערונג פון בערך 60 פאמיליעס.

עס איז דא אן אלטע שול וואס געפינט זיך אויבן אויף א הייל, וואס די טראדיציע פארבינדט מיט דעם נביא אלישע. דמשׂקער אידן האבן צוגעשריבן ספעציעלע כוחות צו דער שול און עס איז געווען א מנהג פאר זיי צו האלטן שבת תפילות דארט. די שול האט באזיצט א "טאדזש", אדער "כתר תורה", דאס הייסט, א באלויכטענע תנ"ך אויף פארמעט, געשריבן אין 1252. דער ארט איז אויך הייליג פאר די קראים. אין דעם 20סטן יארהונדערט האבן אידן אויפגעהערט דארט צו וואוינען, אבער א שמש איז געבליבן פאראנטווארטליך אויף דער שול און דעם גרויסן בית־עולם. איינוואוינער פון דמשׂק און אידישע באזוכער פון אויסלאנד האבן פארגעזעצט זייערע פּילגרימאַזשן צו דער שול און צום דאָרף; לויט באריכטן, זענען דא עטליכע טיפערע שיכטן פון קברים און מצבות אונטער די זעבארע מצבות אינעם בית־עולם, וואס גייען צוריק צו דער פריער אידישער באזעצונג.

ביבליאגראפיע

י. בן־צבי, מחקרים ומקורות (1966), 578–81; הנ"ל, שאר ישוב (1965), 484-8.