רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט
רבי שלום אליעזר האלבערשטאם (תרכ"ב, 1861 – ט"ז סיון תש"ד, 1944), דער ראצפערטער רבי, איז געווען דער זעקסטער זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז. רבי שלום אליעזר איז אומגעקומען על קידוש השם אין אוישוויץ-בירקענאו ביי דער שואה.
![]() | |
| געבורט | תרכ"ב |
|---|---|
| נרצח |
ט"ז סיון ה'תש"ד (אלט: 5081 בערך) אוישוויץ-בירקענאו |
| טעטיגקייט אָרט | ראצפערט |
| דינאסטיע | צאנז |
| טאטע | רבי חיים האלבערשטאם |
| מאמע | רעכיל דבורה אונגער |
ביאגראפיע
רבי שלום אליעזר איז געבוירן געווארן אום כ"ה כסלו תרכ"ב[1] אין צאנז (Nowy Sącz), פּוילן אלס איינער פון די יונגסטע קינדער פון רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, וועלכער האט אים א נאמען געגעבן שלום נאך רבי שלום פון בעלזא, און אליעזר נאך זיין מחותן רבי אליעזר'ל דזישאווער[2]. זיין מוטער איז געווען רעכיל דבורה, די דברי חיים'ס דריטע ווייב, טאכטער פון רבי יחיאל צבי הירש אונגער פון טארנע, א זון פון רבי מרדכי דוד דאמבראווער. זי איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען פיר יאר אלט, בעת א כאלערע עפּידעמיע.
זיין פאטער איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען בלויז 14 יאר אלט. נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער אויפגעצויגן געווארן דורך זיין עלטערן ברודער, רבי יחזקאל שרגא פון שינאווא.
אין עלטער פון 15 יאר, נישט לאנג נאך דער פטירה פון זיין פאטער, האט ער חתונה געהאט מיט זיין פּלימעניצע שרה מרים, די טאכטער פון זיין שוועסטער און שוואגער רבי מאטעלע הארנאסטייפּלער. רבי שלום אליעזר איז געבליבן ביי זיין שווער אין האָרנאַסטײפּל פאר צען יאר.
זייענדיג אן עסטרייכישער בירגער, איז ער פארטריבן געווארן פון רוסלאנד דורך די רוסישע רעגירונג. דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין גאליציע, וואו ער האט געוויילט א קורצע צייט אין שינאווא, און דערנאך האט ער זיך באזעצט אין טארנא[3]. דארט האט ער אנגעהויבן צו ציען א חסידישן עולם.
רבנות און רביסטעווע אין ראצפערט
אין יאר תרנ"ח האט זיך רבי שלום אליעזר אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן[4]. נאך עטליכע שטעט האט ער זיך ארום יאר תר"ס ענדגילטיג באזעצט אין דער שטאט ראצפערט (Újfehértó, אויפאהערטאו אויף אונגאריש), וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין חסידישן הויף און געפירט די צאנזער חסידות אין אונגארן מער ווי פערציג יאר. צוליב אים איז די שטאט ראצפערט איז געווארן באקאנט ווי "דער צאנז פון אונגארן"[5].
רבי שלום אליעזר איז געווען באוואוסט פאר זיין עניוות, פרומקייט און צדקות. ער איז אויך געווען באקאנט אלס א בעל מופת, וועמענס ברכות זענען באמת מקוים געווארן און טויזנטער חסידים זענען צו אים געקומען קיין ראצפערט פאר ברכות און ישועות. צענדליגער מעשיות פון ניסים און וואונדער האבן זיך פארשפּרייט צווישן די אונגארישע אידן וועגן זיינע ברכות און זיין אומפארגלייכליכע ליבע צו יעדן איד. הגם ער האט געזוכט אונטערדריקן די מעשיות וועגן אים. זיין אייניקל, דער באבובער רבי, רבי שלמה האלבערשטאם, האט געשילדערט זיין יכולת פון מופתים ווי "אומנאטירליך" און אייגנארטיג.
רבי שלום אליעזר'ל האט געפירט זיין לעבן זייער איינפאך. ער האט געוואוינט אין א קליין, אלט הויז, און ער האט זיך אפּגעזאגט צו לעבן מיט לוקסוס אדער אין בעסערע וואוינונגען, אדער אפילו צו פארריכטן א ליעק אין דאך פון זיין הויז. ער האט זיך באטראכט ווי אַן "איינפאכן איד ווי אלע אנדערע" וואס פארדינט נישט קיין בעסערע באהאנדלונג. ער פלעגט זיך זעצן צווישן זיינע חסידים און צוהערן צו זייערע מעשיות און דברי תורה. ראש השנה פלעגט ער סערווירן קאווע זיינע חסידים פּערזענליך, און שמחת תורה האט ער געטאנצט אין דעם קרייז מיט אלעמען, נישט אין מיטן אליין ווי אנדערע רעבעס. ער פלעגט פּערזענליך ענטפערן אויף יעדן בריוו וואס ער האט באקומען, קורץ אבער מיט פּערזענליכע אויפמערקזאמקייט[6].
זיין מנהג איז געווען צו דאווענען מנחה זייער שפּעט, כמעט ביינאכט, און ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געענטפערט בעניוות, אז אזוי ווי ער טוט נישט קיין אנדערע זאכן ווי א רבי, וועלן כאטש מענטשן וויסן אז ער איז א רבי אויב ער דאווענט שפּעט. ער האט נישט געוואלט ארויסווייזן זיין כח לערנען, און האט קײנמאל נישט געװאלט ענטפערן אױף א שאלה להלכה. ער האט בלויז געגעבן איין הסכמה אויף א ספר[7]. ער האט געהאלטן קיען אין זיין הויף, צו האבן לייכט צוגענגליכע חלב ישראל, און ער האט זיך פערזענליך פארזיכערט אז די קיען זענען געפוטערט יעדע פרימארגן.
ער האט געהאט גוטע באציאונגען מיט און איז געווען באליבט ביי אלע אנדערע אדמו"רים און רבנים פון זיין צייט, אריינגערעכנט דער בעלזער רבי'ן רבי ישכר דוב, וועלכער האט געוויילט אין ראצפערט בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, און האט זייער מכבד געווען דעם ראצפערטער רבי'ן[8]. שפּעטער האט ער אויך באזוכט דעם בעלזער רבי'ן אין בודאפעסט.
רבי שלום אליעזר'ל פלעגט אליין באזוכן זיינע חסידים ארום אונגארן און גאליציע. א גרויסע יערליכע געשעעניש איז געווען זיין נסיעה קיין צאנז פאר זיין פאטער'ס יארצייט (כ"ה ניסן), וואס האט צוגעצויגן טויזנטער חסידים פון גאליציע און אונגארן, און פלעגן דארט געשלאסן ווערן שידוכים[9].
אויך צום יארצייט פון קאלובער רבי'ן, רבי יצחק אייזיק טויב (ז' אדר), פלעגן זיך שוין טויזנטער חסידים קאנצענטרירן אין ראצפערט דעם שבת פארדעם, און דערנאך ארויספארן מיט רבי שלום אליעזר קיין קאלוב צום קבר[10].
ער איז געווען אן אקטיוויסט אין קהל'ישע ענינים, און האט געארבעט צו פארשטארקן דאס טראדיציאנעלע אידישע לעבן אין אונגארן. ווי די גאנצע צאנזער דינאסטיע, האט ער געשריבן בריוו קעגן באטייליגונג אין "גרופּעס" (ציוניזם און אגודת ישראל)[11]. אין אלגעמיין האט ער זיך אבער נישט אינטערעסירט אין פּאליטיק אדער פּארטייען.
כאטש ער האט זיך זעלטן אריינגעמישט אין עפנטליכע ענינים, האט ער, ביי די רבנות קאנטראווערסיע פון רבי יואל טייטלבוים אין סאטמאר אין תר"ץ, זיך שטארק ארויסגעשטעלט קעגן דעם צעטיילן די קהילה אין צוויי, און האט געבעטן צו פארמיידן דעם פירוד מיט אלע כוחות. ער האט אין דעם בריוו גענוצט דעם נאמען "סאקמיר" (סאקמר) אנשטאט "סאטמאר", נאכפאלגענדיג זיין פאטער'ס מנהג זיך צו מונטערן פון שטעט נעמען וואס זענען גערופן נאך עבודה זרה[12].
אין די יארן פון דער שואה
מיט דער צייט איז דער רבי געווארן איינער פון די מערסט אנגעזעענע צדיקים אין אונגארן. אין יאר תרצ"ט האט ער פרובירט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, און האט געשריבן צו מענטשן וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט עליה, צו באקומען סערטיפיקאטן (רשיון-עליה). דאס איז אבער נישט צושטאנד געקומען[13]. ער האט געזאגט: "איך ווייס אז א גרויסער חורבן קומט אויף דער וועלט, און איך ווייס אז אין ארץ ישראל קען מען אויפטון ישועות"[14].
בעת די נאצישע רדיפות האבן זיך פארשטארקט אין פּוילן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, איז דער רבי געווען זייער צעבראכן פון די נייעס וואס ער האט געהערט וועגן די אידן דארטן. ער האט געהאט פאמיליע און חסידים אין יענער געגנט. ער האט געטון אלץ וואס ער האט געקענט צו העלפן זיי ארויסצוקומען, אבער ליידער זענען רוב פון זיי אומגעקומען. אין 1943 האט ער געשריבן א פארצווייפלטן בריוו, וואו ער האט געפרעגט וועגן דעם גורל פון זיין ברודער רבי ישעיה און זיין איידעם רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב, וועלכע ער האט געהערט אז זיי זענען דעפּארטירט געווארן[15].
ער האט געמאכט אַן ערנסטע מעלדונג אין זיין שול בעת דער מלחמה, אז פון איצט אָן זאל קיינער נישט מתפּלל זיין פאר זיינע פּערזענליכע באדערפענישן, ווייל דאס איז א צייט פון קריזיס פאר כלל ישראל, און אלע תפילות דארפן זיין קאנצענטרירט אויף די באדערפענישן פון כלל ישראל. ער האט דאס איבערגעחזרט עטליכע מאל אין די קומענדיגע יארן. ער האט באזוכט דעם קבר פון קאלובער רבי'ן צו דאווענען פאר א ישועה פאר כלל ישראל. ער האט געזאגט, "דא רעדט דעם צאנזער רב'ס קינד. כלל ישראל דארף האבן א ישועה!". ער האט אנגעמערקט אז דאס איז די ערגסטע צייט צו זיין א רבי, ווייל א רבי'ס אויפגאבע איז צו העלפן זיינע חסידים, און ער איז נישט בכוח צו העלפן[5].
ווען די נאציס האבן אינוואדירט אונגארן אין מערץ 1944, איז דער רבי מיט זיין פאמיליע און חסידים דעפּארטירט געווארן צו געטאס אינעם נאנטן שטאט נירעדהאז (Nyíregyháza). אין געטא איז זיין בארד געשוירן געווארן, און זיין ווייב איז דארט נפטר געווארן. פסח האט ער נאך געוויילט אין ראצפערט און זיין פאטער'ס יארצייט טיש האט ער געפירט אין געטא פאר די לעצטע מאל[5].
אין פרילינג-זומער תש"ד זענען הונדערטער טויזנטער אונגארישע אידן דעפּארטירט געווארן קיין אוישוויץ-בירקענאו. רבי שלום אליעזר איז דעפּארטירט געווארן קיין אוישוויץ ט"ז סיון תש"ד, אלט זייענדיג 82 יאר.
לויט עדות, האט זיין פאטער, דער דברי חיים, זיך באוויזן צו אים אין חלום די נאכט פאר זיין דעפּארטאציע קיין אוישוויץ, און אים געגעבן א ברירה צו שטארבן על קידוש השם אדער געראטעוועט ווערן. ער האט אויסדערוועלט צו מקדש זיין דעם נאמען פון באשעפער. איידער ער איז געשיקט געווארן קיין אוישוויץ, האט ער אנגעטון א ווייסן קיטל און תכריכים אונטער זיין רבנישע קליידער. ער איז גלייך געשיקט געווארן צו די גאז קאמערן ביי זיין אנקומען, וואו ער איז אומגעקומען על קידוש השם.
ר' יושע ראזענבלום, אַן איבערלעבער פון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ אין בירקענאו, איז געווען אַן עדות צו די לעצטע מאמענטן פון רבי שלום אליעזר. אין דער אפּקליידע צימער פארן גאז קאמער, האט דער רבי געפרעגט ר' יושע פון וואַנען ער איז. ווען יושע האט געענטפערט פון דער געגנט פון קראקע, האט דער רבי געזאגט אז זיין ברודער רבי ישעיה'לע טשעחויווער איז פון יענער געגנט. ר' יושע האט דעמאלט דערקענט אז דאס איז דער ראצפערטער רבי און האט אים געזאגט אַז עס איז נישט דא קיין צייט, און ער זאל שנעל זאגן וידוי. ער האט געהאלפן דעם רבי'ן אנטון ציצית. דער רבי האט געזאגט וידוי מיט גרויס התלהבות. נאכדעם האט דער רבי געכאפּט יושע'ס צוויי הענט מיט גרויס געפיל און געזאגט מיט אַן אנדער וועלטליכקייט: "דו מיין קינד, וועסט זוכה זיין צו איבערלעבן. דו וועסט בלייבן לעבן. איך בעט דיך, ביטע געדענק. דערצייל דער גאנצער וועלט וואס די פארדאמטע רשעים האבן אונז געטון… דערצייל!". דאס באפעל "דערצייל די וועלט" באגלייט ר' יושע'ן ביזן היינטיגן טאג[5][16].
קינדער
זי איז נפטר געווארן אין געטא אין תש"ד. רבי שלום אליעזר און שרה מרים האבן געהאט עטליכע קינדער:
- חיה פרידל האלבערשטאם (1881–1976), געווען די צווייטע באָבאָווער רעבעצין.
- רבי חיים (1890–1941).
- ברוך (1892–1894).
- רבי משולם זושא יצחק פון ראצפערט (1894–1944). ער איז אומגעקומען מיט זיין פאטער אין אוישוויץ.
- אדל מאסקאוויטש-ראטענבערג (1895–1927).
- רעבעצין ברכה סימא טייטלבוים (–1926).
- חנה טווערסקי-ראזענפעלד (–1944).
- נפתלי הערץ פון בראדי (1879?–1940)[17].
מורשת און אפּשטאמלינגען
הגם רבי שלום אליעזר און די מערהייט פון זיין פאַמיליע זענען אומגעקומען ביי דער שואה, האבן זיינע איבערלעבער אפּשטאמלינגען אויפגעבויט די חסידישע וועלט נאָך דער מלחמה. צוויי גרויסע דינאסטיעס פון היינט צי טאג זענען דירעקטע אפּשטאמלינגען פון אים[5]:
- איינער פון זיינע איידעמער איז געווען רבי בן ציון האלבערשטאם, דער "קדושת ציון" פון באבוב. זיין זון, רבי שלמה האלבערשטאם (1907–2000), דער דריטער באבובער רבי, איז געווען איינער פון די פירנדע אדמו"רים נאך דער מלחמה. דער היינטיגער באבובער רבי איז אויך זיין אייניקל.
- אַן אנדער איידעם איז געווען רבי חיים צבי טייטלבוים, דער "עצי חיים" פון סיגעט. זיין זון, רבי משה טייטלבוים, דער "ברך משה" פון סאטמאר, איז געווען זיין אייניקל. די היינטיגע סאטמארער רעבעס זענען אויך זיין אייניקלעך.
אַן איידעם פון זיין זון רבי משולם זושא יצחק, רבי יואל בעער, האט איבערגעלעבט די מלחמה און שפּעטער זיך באזעצט אין סאו פּאולא, בראזיל, וואו ער האט אויפגעשטעלט א ראצפערטער הויף[5].
אין בארא פּארק איז אויפגעשטעלט געווארן א בית המדרש מיטן נאמען "מהרש"א דראצפערט". א גאס אין קרית יואל, ניו יארק, איז געגעבן געווארן דעם נאמען "ראצפערט וועג" אין זיין אנדענק.
ביבליאגראפיע
- צבי בריננער, רבינו הקדוש מראצפערט, בני ברק: מכון זכרון משה, תשס"ז
- מנשה אונגער, ספר קדושים: רביים אויף קידוש־השם, תשכ"ז, עמ' 415–421
דרויסנדיגע לינקס
- שמעון אופמאן, הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע הי"ד - נלב"ע ט"ז סיון תש"ד, אויף TorahAnytime
- יהודה געבערער, The Light of Sanz: Rav Shulem Eliezer of Ratzfert, Jewish History Soundbites
רעפערענצן
- ↑ געבורט מעטריקל 1861 נומ' 224: 28 נאוועמעבער 1861.
- ↑ אונגער, תשכ"ז, 415.
- ↑ רבי יואל בעער, ספר זכרונות המאור, חלק ב', זייט ת"ה, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), ברוקלין, תשל"ד; רבי יעקב לייזער, י"ג אורות, מערכת מרן הגה"ק מצאנז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ פנינה מייזליש, רבנים שנספו בשואה.
- ↑ 5.0 5.1 5.2 5.3 5.4 5.5 Dovi Safier, Yehuda Geberer, Tell the World!, Mishpacha Magazine, מאי 30, 2023.
- ↑ זעט Lot 30, Genazym Auctions, סעפטעמבער 11, 2022; בריוו צו חיים פליישמאן פון קליינווארדיין, תש"א.
- ↑ אונגער, 419.
- ↑ אונגער, קדושים, 418.
- ↑ אונגער, 417–418.
- ↑ אונגער, קדושים, ז' 416.
- ↑ תיקון עולם, מונקאטש, תרצ"ו, עמ' קד.
- ↑ מכתב נדיר בענין רבנותו של האדמו"ר רבי יואל טייטלבוים בסאטמר, מאת הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מרצפרט, בנו של רבי חיים מצאנז. תר"ץ, אויף ווינרס מכירות פומביות, יוני 29, 2021. זעט האיש הדומה למלאך ה', בני ברק, תשס"ב, עמ' סב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ Lot 91 - מכתב היסטורי מאת הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט הי"ד: תחנונים להצילו ערב השואה, אויף Genazym Auctions, מערץ 3, 2024.
- ↑ רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, שפע חיים חלק יא ויקהל, פקודי, ויקרא, ברוקלין, תשס"ו, עמ' לב; קובץ בית יעקב 94 (אדר תשכ"ז), ירושלים, תשכז, עמ' 24.
- ↑ Lot 19 - 'שמעתי כי לקחום לשם... מי ומי ההולכים' קריאתו הנואשת של הרה"ק רבי של ום אליעזר הלברשטאם מראצפרט הי"ד אודות אחיו הצעיר רבי ישעיה מטשכויב הי"ד וחתנו רבי בן ציון מבובוב הי"ד., אויף Genazym Auctions, נאוועמבער 26, 2021.
- ↑ ווידעא ווי ר' יהושע ראזענבלום דערציילט וועגן דער באגעגעניש אין די גאז קאמערן מיטן צדיק רבי שלום אליעזר, ווידעא אויף יוטיוב.
- ↑ Naftali Herz Halberstam, of Brody (1879 - c.1940) - Genealogy.
