אלעזר חורן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
"די העלדישקייט פון אלעזר", אן אויסגעשניצטע פלאטע נאך א מאלעריי פון פיליפ דזשיימס דע לוטערבורג, 1815.

אלעזר החורני, (אדער חורן אין דעם יוונישן אריגינאל: Αυραν אלעזר אוורן; אויך באקאנט אלס אלעזר המכבי) איז געווען דער פערטער זון פון מתתיהו און דער אינגערער ברודער פון יהודה המכבי. ער איז געפאלן אין דער שלאכט פון בית זכריה (ספר מקבים א, פרק ו', פסוקים ל"ב–ל"ג) דורכאויס דער חשמונאישע רעוואלט.

ווייניג איז באקאנט איבער אלעזר, אחוץ דער ערציילונג פון זיין העלדישן טויט. לויט מגילת אנטיוכוס, האט זיין טאטע, ביים ארויסשיקן די ברידער אין קריג, אים צוגעגליכן צו פינחס בן אלעזר "וואס האט מקנא געווען קנאת ה' און געראטעוועט די אידן". אין ספר מקבים ב, פרק ח', פסוקים כ"א–כ"ג, ווערט דערציילט אז אלעזר האט געליינט פון תנ"ך פארן פאלק גלייך פאר דער לעצטער שלאכט האט זיך אנגעהויבן.

צונאמען

אלע מיטגלידער פון דער משפחה פון מתתיהו הכהן האבן באקומען צונעמען אין צוגאב צו זייערע פּערזענליכע נעמען[1]. אלעזר האט באקומען דעם נאמען 'אַוְרָן' (Αυραν)[2], וואס אין דער אריגינעלער מקור קען מען האבן געהאט געשריבן מיט א ח' (חַוורן) אדער מיט אן ע' (עַוורן). א טייל זעען זיין צונאמען ווי עס שטאמט פון חור ("א לאך"), מיט א באצוג צו זיין דורכשטעכן דעם גוף פון אן עלעפאנט (זעט אונטן), אבער זיין איז אים צוגעטיילט געווארן בחייו[3]. אנדערע אומצופרידנשטעלנדע פארשלאגן זענען 'א ווייסער' (צוליב זיין ליכטיגן הויט-קאליר)[4] אדער "ערן" (וואַך, קרעפטיג) [5]

אומקום

בשעת דער שלאכט ביי בית זכריה האט אלעזר געזען אן עלעפאנט וואס ער האט געמיינט טראגט דעם סעלייקישן קעניג אנטיוכוס דער פינפטער, צוליב דעם ספעציעלן פאנצער וואס דער עלעפאנט האט געטראגן. ער האט באשלאסן צו ריזיקירן זיין לעבן דורך אטאקירן דעם עלעפאנט און אריינשטעכן א שפיז אין זיין בויך. דער טויטער עלעפאנט איז דאן איינגעפאלן אויף אלעזר, אומברענגענדיג אים. טראץ דעם העלדישן אנשטרענגונג, איז די קלענערע אידישע ארמיי באזיגט געווארן אין דער שלאכט[6]. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז אלעזר, כאטש ער האט אומגעברענגט פיל פיינטליכע זעלנער, האט נישט דערגרייכט קיין שום עכטן אויפטו אחוץ דעם נאמען וואס ער האט זיך געמאכט. אין נאך א ווערסיע פון דער געשיכטע וואס ערשיינט אין מגילת אנטיוכוס, איז אלזער דערטרונקען געווארן אין דעם אויסגעגאסענעם געדערים פונעם עלעפאנט.

פארהאן אזעלכע וואס זענען מפקפק אין דער גאנצער געשיכטע, בפרט אינעם חלק אז דער עלעפאנט איז אומגעקומען פון איין שטאך.

טויט פון אלעזר (אילוסטראציע פון גוסטאַוו דאָרע)

פאראייביגונגען

אלעזער'ס טויט איז געווען א פאפולערער טעמע פאר קונסט אין די מיטל-אלטער, וואו עס איז געגעבן געווארן א רעליגיעזער באדייט אפצושפיגלען אותו האיש'ס טויט[7]. די געלעגנהייט אפצומאלן אן עלעפאנט איז אויך אנטפאנגען געווארן דורך קינסטלער[8], כאטש וואס א מערהייט האבן קיינמאל נישט געזען איינס, און די רעזולטאַטן זענען אפט זייער מאדנע. עס איז אויך אפגעמאלן אין א מאלעריי פון 19טן יאָרהונדערט פראַנצויזישן קינסטלער גוסטאַוו דאָרע. דער ארץ-ישראל'דיגער ישוב, אלעזר, אין גוש עציון, לעבן דעם ארט פון דער שלאכט פון בית זכריה, הייסט נאך אים. גאסן הייסן נאך אים אין ירושלים און אין תל אביב.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ווי מען זעט אין ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים א'–ה'.
  2. ספר מקבים א, פרק ב', פסוק ה'.
  3. Uriel Rappaport, "Eleazar ben Mattathias", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  4. ענגליש וויקפּעדיע בשם "Avaran". Net Bible. Bible.org. Retrieved 18 November 2012.
  5. ענגליש וויקיפּעדיע בשם Bar-Kochva, Bezalel (1989). Judas Maccabaeus: The Jewish Struggle Against the Seleucids. Cambridge University Press. p. 334. ISBN 0521323525.
  6. ספר מקבים א, פרק ו', פסוקים מ"א–מ"ו.
  7. "Speculum Woodcuts and Miniatures". UC Press E-Books Collection, 1982-2004. Retrieved 18 November 2012.
  8. זעט Triumph of Fortitude בילדווערק, וואו מען קען זען אלעזר שטעכן דעם עלעפאנט ביים שפּיץ פון דער גאָבעלען, אַ ביסל לינקס פון צענטער.


טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון ענגלישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער