דרעפט:באטאניק

ווערסיע פון 20:54, 11 יוני 2025 דורך יצחק (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> '''באטאניק''' איז א טייל פון די ביאלאגישע וויסנשאפט וואס גיבט זיך אפ מיט אלעס ארום דער חכמה פון פלאנצן און געוויקסן, בלומען און ביימער, איר אנטוויקלונג, וויאזוי זי וואקסט, אירע פרוכט, אא"ו. א וויכטיגע...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

באטאניק איז א טייל פון די ביאלאגישע וויסנשאפט וואס גיבט זיך אפ מיט אלעס ארום דער חכמה פון פלאנצן און געוויקסן, בלומען און ביימער, איר אנטוויקלונג, וויאזוי זי וואקסט, אירע פרוכט, אא"ו.

א וויכטיגער חלק פון באטאניק איז די וויסנשאפט וואס טיילט איין די עולם הצומח אין גרופעס. נאך אן אפצווייג פון דער באטאניק איז די פיזיאלאגיע פון די געוויקסן, וואס שטודירט דעם מעטאבאליזם, די באוועגונג פון געוויקסן און אזוי ווייטער.

די שטודיע פון פלאנצן איז לעבנס-וויכטיג ווייל זיי זענען א פונדעמענטאלע טייל פון לעבן אויף דער ערד, פראדוצירנדיג עסנווארג און זויערשטאף, דורך וואס מענטשן און אנדערע באשעפענישן קענען לעבן. די געוויקסן טוען איינזאפן קוילן-שטאף (קארבאן דיאקסייד) און געבן ארויס זויער-שטאף (אקסעגין). אויך טוען געוויקסן צוזאמהאלטן די ערד און פארמיידן פארשוועמונגען.








רעפערענצן