רוי:רבי מאיר בעל הנס
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי מאיר בעל הנס איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין ארץ ישראל. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר ענני", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר ווערט באצייכנט אין טבריה און איז א צוציאונגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין י"ד אייר - פסח שני, ווען עס ווערט געפייערט זיין הילולא אויפ'ן קבר. היינט איז אנגענומען אנצורופן דעם תנא רבי מאיר מיט'ן נאמען רבי מאיר בעל הנס, כאטש וואס אין פריערדיגע מקורות ווערט נישט ער אנגערופן אזוי, נאר א צווייטער.
"אלקא דמאיר ענני"
עס איז אן אנגענומענע סגולה, אין א עת צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, צו געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און זאגן דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר), און דאס געלט געבט מען פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל. רבי חיים יוסף דוד אזולאי אין פתח עינים (תק"נ) צייכנט צו די פאלגנדע געשיכטע אין גמרא אלס דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל (ליכט פארן בית הכנסת) אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר[1]:
- ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט רבי חנינא בן תרדיון האבן זיי פאראורטיילט זיין טאכטער צו א בית זונות. איר שוועסטער ברוריא, די ווייב פון רבי מאיר, האט דאן געבעטן איר מאן איר צו ראטעווען. רבי מאיר האָט גענומען א כלי פול מיט דינרים און איז געגאנגען. ער האט געזאגט צו זיך: "אויב זי האָט נישט געזינדיגט, וועט א נס געשען פאר איר; אויב זי האט געזינדיגט, וועט קיין נס נישט געשען פאר איר". ער האט זיך געקליידעט ווי א רוימישער סאלדאט און געזאָגט צו איר: "קום אויף מיר". זי האט געענטפערט: "איך האב מיין מענסטרואציע און קען נישט". האט ער געזאגט: "איך וועל ווארטן". האט זי געזאגט: "עס זענען דא פיל פרויען אין דער באָרדעל, און פיל שענערע פון מיר". ער האט פון אירע ענטפערס ארויסגעדרונגען, אז זי האט נישט געזינדיגט, ווייל זי האט מסתמא דאס געזאגט צו אלע וואס זענען געקומען. האט ער פארגעשלאגן פארן שומר געלט איר צו באפרייען. האלב געלט אונטערצוקויפן זיינע אויבערהארן, און האלב פאר אים. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט זיין ווען דאס געלט ענדיגט זיך, אויב מען וועט אים כאפן. האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים געוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט[2].
דער צוזאמענשטעל פון צדקה פאר "רבי מאיר בעל הנס" מיט די תפילה "אלקא דמאיר ענני" ווערט שוין געברענגט בשם דעם בעל שם טוב, אין ספר "כתר שם טוב" (תקנ"ד)[3], ווי פאלגנד: "ווער עס איז אין א סכנה אדער ער ברויך א נס, זאל ער געבן 18 גדולים (גילדן) פאר ליכט אין בית הכנסת, און ער זאל ארויסזאגן מיטן מויל: אני מנדר אותן ח"י גדולים לנרות בשביל נשמת רבינו מאיר בעל הנס, אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני, ובכן יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו כשם ששמעת את תפלת עבדך מאיר ועשית לו ניסים ונפלאות כן תעשה עמדי ועם כל ישראל עמך הצריכים לנסים נסתרים ונגלים אכי"ר."
אין זיין ספר כף אחת (תקס"ב), ברענגט דער חיד"א אויך פארשידענע סגולות פארבינדן מיטן צוזאגן אויל לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס[4].
רבי מאיר לשיטתו
דאס אז מען פארבינדט רבי מאיר בעל הנס צו די תפילה "אלקא דמאיר ענני", צייגט אז מען האט אנגעקוקט רבי מאיר בעל הנס אלס דער תנא רבי מאיר[5]. פארשידענע ערקלערונגען זענען אנגעגעבן געווארן אויף די שייכות פון דער צדקה מיטן תנא רבי מאיר. די באקאנטע צווישן זיי:
- רבי יעקב שאלתיאל ניניו ערקלערט דעם מנהג צו געבן צדקה אויפן נאמען פון רבי מאיר, לויט דער גמרא אז באמת וואלט מען נישט געמעגט געבן צדקה ווייל השי"ת האט יענעם בדווקא פארארעמט און ער וויל נישט אז מ'זאל אים אויפרעכטן. אבער נאר אויב אידן הייסן "בנים למקום" וויל דער אויבערשטער אז מ'זאל זיי העלפן[6]. דערפאר צוליב וואס רבי מאיר האלט אז "בין כך ובין כך קרויים בנים" - אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים[7], איז לשיטתו געבן צדקה א מעלה און א זכות[8].
- דער מונקאטשער רב ברענגט איבער דעם עטרת צבי, אז זייענדיג קראנק ל"ע אזש ער איז שוין געווען אין א מצב פון גסיסה, האט ער אנגעוויזן צו געבן צדקה פאר דער רבי מאיר בעל הנס פושקע, אנגעבנדיג א הסבר, ווייל דער כלל איז "רוב גוססין למיתה"[9], אבער רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער גייט נישט דווקא מיטן רוב[10]. דערפאר נוצט מען רבי מאיר'ס זכות און שיטה וואס נעמט ערנסט דעם מיעוט, אז אפילו א גוסס קען איבערלעבן. דער שם שלמה האט צוגעלייגט צו דעם אויך ווען דער מענטש פארמאגט רוב זינד, וועט דער זכות פון רבי מאיר איבערוועגן די מיעוט מצוות און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס ערליכער איד[11].
געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך אנגענומען אלס א סגולה צו געפינען פארלוירענע חפצים. עס ווערט שוין געברענגט דורך דעם שבט מוסר א סגולה צו טרעפן אן אבידה דורך צוזאגן ליכט לע"נ רבי מאיר[12].
כוללים און פושקעס
די צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס געבט מען דווקא פאר ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל, און דערפאר ווערן די ארץ-ישראל קאסעס אנגערופן "צדקת רבי מאיר בעל הנס". טייל גדולים זענען שארף געשטאנען דערויף, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר מעג גיין בלויז פאר די ארעמע אין ארץ ישראל. אנדערע זאגן אז ס'דארף גיין דווקא קיין טבריא, פארן כולל וואס לערנט אינעם בית המדרש אויפן ציון פון רבי מאיר בעל הנס[13].
פון די ת"ק יארן און ווייטער האט זיך דער "רבי מאיר בעל הנס פושקע" געפונען כמעט אין יעדן אידישן הויז. בעיקר פלעגט מען אריינווארפן געלט אין דער פושקע פארן צינדן שבת ליכט. די פושקע האט אויך סימבאליזירט די בענקשאפט צו ארץ ישראל.
פון רבי אהרן קארלינער ווערט געברענגט צו געבן צדקה אינעם רבי מאיר בעל הנס פושקע פארן דאווענען, כדי דורכן געבן צדקה פאר תושבי ארץ ישראל זאל ער זיך דערמאנען אז די תפלה זאל גיין דורך ארץ ישראל, ווי עס שטייט "והתפללו דרך ארצם"[14].
עס עקזיסטירן פילע צדקה ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם נאמען "צדקת רבי מאיר בעל הנס", וואס זענען באשטימט צו שטיצן די ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל. עטליכע פון די באקאנטע כוללים זענען:
- כולל חבת ירושלים - דער גאליציאנער כולל
- כולל שומרי החומות - דער אונגארישער כולל
- כולל חב"ד
- כולל פוילן
- כולל וואָהלין
- כולל אהבת ציון - דער זיבנבערגן כולל
- כולל סלאנט
- כולל מונקאטש ועשרה גלילות - דער בעצירקן כולל
היסטאריש זענען געווען פילע מחלוקות צווישן די כוללים, בעיקר וועגן די געגנטער וואו זיי פארמאגן די רעכטן צו איינקאסירן די רבי מאיר בעל הנס געלטער. יעדער געגנט האט געהאט זיין כולל, און מען האט שטארק מקפיד געווען נישט צו מישן די כוללים.
די משכילים, יוסף פערל ימ"ש און אנדערע, האבן געפירט א ביטערער קאמף מיט די רבי מאיר בעל הנס פושקעס. שפעטער האט די קק"ל געפירט א ענליכע מערכה צו באשמוצן די ארץ-ישראל גבאים, מיטן ציל אז מען זאל זיי אויפהערן געטרויען און שיקן די פושקע געלט בלויז פאר די קק"ל.
אידענטיטעט און קבר
דער אנגענומענער שטעלונג איז היינט, צו אידענטיפיצירן דעם נאמען "רבי מאיר בעל הנס" מיט דעם תנא רבי מאיר (תלמיד פון רבי עקיבא), וועלכער האט באוויזן א נס מיט זיין באקאנטע תפילה "אלקא דמאיר ענני" (זעט #"אלקא דמאיר ענני"). עס איז אבער נישט באקאנט פון חז"ל אז רבי מאיר זאל באטיטלט ווערן "בעל הנס".
דער תנא רבי מאיר האט אויפגעשטעלט זיין ישיבה אין טבריה[16]. לויטן ירושלמי תלמוד, איז דער תנא רבי מאיר נפטר געווארן אין אסייא[אויסקלארונג פארלאנגט] און האט געבעטן מען זאל לייגן זיין מיטה אויף די ברעג ים[18].
דער צונאמען "בעל הנס" האט זיך ערשט באוויזן אין די ה'ר' יארן. צוערשט אינעם ספר "יחוס הצדיקים" (רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל, געדרוקט צוערשט סאלאניקי, רפ"ז) וואס באצייכנט צווישן די קברים אין גוש חלב דעם קבר פון "רבי מאיר בעל הנס"[19]. ער מיינט אבער זיכער נישט דעם תנא רבי מאיר, וועמען ער באצייכנט באזונדער אז זיין קבר געפינט זיך הינטער טבריא[20].
דער קבר אין גוש חלב
עס איז נישט קלאר ווער עס איז דער רבי מאיר בעל הנס וואס ליגט אין גוש חלב. דער ערשטער וואס דערמאנט אים, דער יחוס הצדיקים, רעכנט אים לכאורה אלס א שפּעטערדיגער חכם. ישעיה אשר זעליג מיללער ווייזט דאס אויף פון דעם וואס ער ברענגט נישט ביי זיין נאמען קיין מאמרים, אנדערש ווי ביי אנדערע תנאי, ווי ביי דער תנא רבי מאיר אין טבריא, וואס ער ברענגט זיינע מאמרים פון משנה און גמרא[21].
עס זענען פארהאן א צאל מיינונגען איבער דער אידענטיפיקאציע פון רבי מאיר פון גוש חלב:
- אין די רייזע-באריכט פון רבי יעקב, דער שליח פון רבי יחיאל מפאריז, שרייבט ער אז אין גוש חלב ליגט "רבינו מאיר קאצון ואשתו זצ"ל" (פון די בעלי התוספות)[22].
- אין עדן ציון שטייט אז דאס איז רבי מאיר בעל האקדמות[23].
- אנדערע זאגן אז דאס איז רבי מאיר בן רבי יעקב וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט רבי יחיאל מפאריז[24].
דער סדר הדורות ברענגט פון "גלילות ארץ ישראל" אז "אין גוש חלב זענען באערדיגט… ר' יצחק מגוש חלב, און ר"מ בעל הנס", און ער לייגט צו אז ער ווייסט נישט ווער זיי זענען[25].
אין סיון תשנ"ב איז דער ציון אין גוש חלב רענאווירט געווארן דורך דעם "ועד להצלת קברי הקדמונים בא"י", וועלכער האט אויפגעשטעלט אויפן ארט א גרויסע מצבה, און אויסגעקריצט דערויף א צעמישעניש פון גירסאות און טעותים: "בית קברות עתיק-ימים בו טמונים גאונים וצדיקים, מיוחס גם כקברו של רבי מאיר ברבי יצחק ש"ץ מחבר האקדמות, ולפי מסורת אחרת קבריהם של רבי מאיר קצין המכונה רבי מאיר בעל הנס הצרפתי ואשתו ז"ל". פון די אנדערע זייט איז אויסגעקריצט: "קבר המיוחס לרבי יצחק מגוש חלב - בעל האקדמות [!]"[26].
טראץ וואס עס איז נישט קלאר ווער דער רבי מאיר בעל הנס איז, איז ער אבער ווארשיינליך נישט דער תנא רבי מאיר. אין א קוריאז האט הרב ראובן מרגליות אפילו געוואלט טענה'ן אז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען, און שפעקולירט אז דאס איז געשאפן פון א טעות, צוליב וואס די צדקה קאסעס האט דער רמב"ן געשטעלט צו שטיצן דעם ישוב אין ארץ ישראל, און זיי זענען גערופן געווארן אויף זיין נאמען. שפּעטער האט מען אומריכטיג פארשטאנען די ראשי תיבות "רמב"ן" אלס "רבי מאיר בעל [ה]נס"[27]. אנדערע ווענדן שטארק אפּ די טעאריע[28].
דער קבר אין טבריא
דער געביידע וואס ווערט היינט-צו-טאגס גערופן "קבר פון רבי מאיר בעל הנס" געפינט זיך הארט נעבן טבריה, ביי דער דרום אריינגאנג פון שטאט, אויפן ברעג פונעם כנרת. עס איז א גרויסער בנין מיט צוויי בתי מדרש מיט באזונדערע קופּאלן, איינס פאר אשכנזים און איינס פאר ספרדים, וואס באדעקן דעם קבר. ביז דעם יאר תרכ"ז איז דער קבר פון רבי מאיר געווען באצייכנט מיט אן אויפגעשטעלטן הויכן שטיין.
ווי אויבנדערמאנט, לויט דער יחוס הצדיקים, ליגט דער תנא רבי מאיר אין טבריא. אין די אויבנדערמאנטע רייזע-באריכט פון רבי יעקב שטייט אויך אז [דער תנא] רבי מאיר ליגט אין טבריא[29]. אויך די אנדערע רשימות פון די קברי צדיקים אין ארץ ישראל צייכענען רבי מאיר'ס קבר נעבן טבריה[30].
אַן אויסנאם איז דער באריכט פון רבי משה באסולא, א רייזנדער וועלכער האט באזוכט אויפן ארט ארום ה'ר"פ, וועלכער דערציילט אז ער האט געפינען דארט א ציון וואו "מען פארזאמלט זיך צו מתפלל זיין בייטאג און ביינאכט, און מען זאגט אז דארט איז באגראבן איינער מיטן נאמען רבי מאיר וואס האט געשוואוירן זיך נישט צו זעצן ביז משיח וועט קומען און ער איז באגראבן געווארן שטייענדיג; דאס איז אבער נישט דער רבי מאיר פון די משנה"[31].
רבי חיים וויטאל שרייבט אז דער אר"י הקדוש האט באשטעטיגט די מסורה אז רבי מאיר (משמע דער תנא) איז באגראבן אין טבריא, און "נלענ"ד אז מורי ז"ל האט צוגעשטימט צו מיר אז ר' מאיר איז באגראבן געווארן שטייענדיג, אזוי ווי מענטשן זאגן"[32]. לויט כמעט אלע מקורות איז דער קבר אין טבריה, וואס איז היינט אנגעגעבן אלס "קבר רבי מאיר בעל הנס", טאקע דער קבר פונעם תנא רבי מאיר, אבער האט גארנישט מיט'ן אריגינעלן רבי מאיר "בעל הנס", וועלכער ליגט אין גוש חלב[33].
אין יאר תרכ"ז האט די ספרדישע קהילה פון טבריה געבויט א בית המדרש אויפן ארט פונעם קבר, אבער די אשכנזים האבן נישט געקענט געפינען פינאנצירונג ביז נאך יאר תר"ע. עס איז פארהאן א מעשׂה פון א נס בעתן בויען אין תרכ"ז. צוויי זיילן, וואס האבן אנגעצייכנט די קבורה און ווערן דערקלערט פון מקובלים אז זיי שטייען ווייל רבי מאיר האט זיך מתחייב געווען נישט צו ליגן ביז די גאולה קומט, זענען געווען זייער שווער. אויפן ערשטן טאג פון בנין, האט מען געקענט אריבערפירן נאר איין זייל. דעם צווייטן, וואס איז געווען זייער שווער, האט מען נישט געהאט קיין כּוח אויפצוהייבן. דער נס איז געשען, אז ביים ענדיגן די ארבעט, איז דער זייל אליין געשטאנען אויף זיין פּלאץ[34]. די דאזיגע מעשׂה איז באשריבן אין די יומנים פון ר' אברהם בן ישראל רוזאנעס (תרכ"ז)[35] און ר' שלמה זלמן (תרל"ו)[36].
אין די ת"ש יארן האבן פילאנטראפּן בייגעשטייערט צו דער איבערבוי פון דעם ספרד'ישן אפּטיילונג פונעם קבר אין טבריה, אריינגערעכנט עדמאנד י. ספרא (העב'), פאר וועמען דאס ארט איז געווען זייער וויכטיג[37].
היינט צו טאג איז דער קבר א צענטער פאר באזיכער און מתפללים ארום דעם גאנצן יאר. די צאל באזוכער ביים קבר ווערט געשאצט אויף צוויי הונדערט טויזנט מענטשן א יאר, אריינגערעכנט א באדייטנדע צאל טוריסטן פון אויסלאנד. ארום 35% פון די באזוכער בלייבן אויפן ארט לענגער ווי א שעה[38]. א גרויס טייל זענען רעליגיעזע (22% חרדים, 29% דתיים), אבער כמעט האלב פון די באזוכער זענען נישט רעליגיעז[39]. די לעצטע ווערן צוגעצויגן צו דער שיינער פּאנאראמע נאנט צום כנרת, און צו די נסים-געשיכטעס, וואס שאפט זיי א דערהויבענער געפיל[40].
יאר יערליך ווערט געפייערט א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. דאס איז איינגעפירט געווארן אין תרכ"ז. דער דאטום י"ד אייר אלס טאג פון רבי מאיר'ס פּטירה האט נישט קיין מקור[41], נאר וויבאלד פילע אידן זענען שוין דאן געווען געקומען צום גליל כדי צו גיין ל"ג בעומר קיין מירון, איז מען שוין אויך געגאנגען אויף טבריא[42]. דעריבער, האבן די ספרדים, נאכ'ן בויען זייער גרויסן בית המדרש אין תרכ"ז, איינגעפירט צו פּראווען די הילולא אין פסח שני, ווען עס זענען שוין געווען דארט פילע אידן[43].
אבער אנדערע האבן דאן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו דעם ניי-פאבריצירטן יום טוב[44], צווישן זיי דער ראשון לציון רבי אברהם אשכנזי[45]. רבי מאטל סלאנימער האט פארעפנטליכט א שארפער בריוו דערקעגן[46].
ביבליאגראפיע
- ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אות לה, "לא ידעתי כוונתו", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.
- עמרם בלוי, היכל הבעש"ט יא, תמוז תשס"ה, עמ' קכז–קנח
- מיכלסון, סלומון און מילנר, מקומות קדושים וקברי צדיקים בארץ ישראל, משרד הבטחון – ההוצאה לאור, תש"ס, זז' 84–90, 183
לינקס
- "רבי מאיר בעל הנס - פסח שני", אשכול אויף אייוועלט
- "תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף", אשכול אויף אייוועלט
- ↑ חיד"א, פתח עינים, על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלקא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ". (ער דערמאנט טאקע נאר "רבי מאיר" און נישט "בעל הנס", אבער אין פתח עינים רופט ער אים מיטן פולן נאמען "רבי מאיר בעל הנס".)
- ↑ עבודה זרה יח. לויט דער מהרש"א (חידושי אגדות דארט), באציט זיך "דמאיר" צו השי"ת וואס איז "מאיר לארץ וְלַדָרִים עליה" און וואס האט אונז "באלויכטן" און געראטעוועט ביי דעם נס פון חנוכה.
- ↑ כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) חלק ב, סימן שפח.
- ↑ חיד"א, כף אחת סימן ג: "יום שתטבול האשה יתן שמן לעילוי נשמת ר"מ, ויאמר קודם: 'הריני מנדב שמן זה למאור לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות ר"מ יזכני להוליד הלילה הזו הבאה לשלום ותתעבר אשתי פב"פ מבן זכר לחיי״ט ולקיימא זרע אנשים לעבודתו יתברך, אלקא דרבי מאיר ענני'... אם נראה שנתעברה, כל מ' יום כל יום יתן פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו של ר"מ כדי שיהיה בן זכר. אלקא דר"מ ענני". און אין סימן לב: "לרפואה ולכל דבר יאמר: הריני מתנדב שמן למאור לעילוי נשמתו של רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות רבי מאיר בעל הנס יצילני לי ולאשתי מכל חולי ומכל כאב ונהיה בריאים דשנים ורעננים ושקטים ויצילנו מכל צרה ומכל מיני פורענות ויאריך ימינו בטוב ושנותינו בנעימים לעבודתו יתברך, אלקא דרבי מאיר ענני (ג״פ)..." (באמערקט אז ער לייגט אריין "רבי" אין "אלקא ד"רבי" מאיר ענני". זעט שדי חמד בשם רבי חיים פלאגי.)
- ↑ חוץ אויב מען האט אויסגעבארגט דעם אויסדרוק אויף א צווייטן רבי מאיר (מיללער, הערה 96).
- ↑ בבא בתרא י, א.
- ↑ קידושין לו, א.
- ↑ רבי יעקב שאלתיאל ניניו, אמת ליעקב, מערכת רי"ש, עץ חיים אות עד, דף צ"א ע"א.
- ↑ גיטין כח, א.
- ↑ יבמות קיט, א.
- ↑ דברי תורה, מהדורה קמא אות ט.
- ↑ מדרש תלפיות, ענף אבידה ומציאה.
- ↑ זעט אן אריכות אין שדי חמד, אסיפת דינים, ארץ ישראל סימנים ז-ח; יצחק זאב כהנא, "מעות רבי מאיר בעל הנס בספרות ההלכה", סיני מג, תשי"ח, עמ' קכה–קמד, מג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), איבערגעדרוקט אין מחקרים בספרות התשובות, תשל"ג, מוסד הרב קוק, עמ' 239 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); היכל הבעש"ט יא.
- ↑ דברי תורה, מהדורא קמא אות י"ד.
- ↑ דאס איז א צעמישעניש; רבי יצחק מגוש חלב האט נישט קיין שייכות מיט רבי מאיר ברבי יצחק בעל אקדמות, און האט אוודאי נישט געהייסן "מגוש חלב".
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת חגיגה, פרק ב', הלכה א'.
- ↑ ענצ. יודאיקע.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת כלאים, פרק ט', הלכה ג': "יהבי ערסי על גיף ימא".
- ↑ יחוס הצדיקים, מנטובה שכ"א, דף י"ז ע"ב.
- ↑ יחוס הצדיקים, מנטובה שכ"א, דף נה ע"ב, סב ע"ב.
- ↑ מיללער, אור ישראל, עמ' רלד.
- ↑ געדרוקט אין אוצר מסעות, זייט 69. ענליך שטייט אויך אין "תוצאות ארץ ישראל" לתלמיד הרמב"ן. זעט אויך אוצר הגדולים ח"ו מערכת מ אות קז.
- ↑ ר' ישעיה הורוויץ, עדן ציון, ירושלים, תשט"ז, עמ' פז, הערה א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ מיללער, הערה 92.
- ↑ רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, תנאים ואמוראים, קכט, ע' 'אבטולמס'. זעט מיללער, אור ישראל, הערה 90.
- ↑ קבר רבי מאיר בעל האקדמות, אויף כוכב הנופש.
- ↑ ראובן מרגליות, לחקר שמות וכינויים בתלמוד, עמוד כ"ה.
- ↑ זעט מיללער, הערה 100.
- ↑ ר' יעקב שליח ר"י מפאריס, געדרוקט אין אוצר מסעות, זייט 69. אייזנשטיין האט פאר אן אומבאקאנטע סיבה באשלאסן אז דאס איז נישט דער תנא רבי מאיר.
- ↑ זע די ליסטע ביי מיללער, הערה 93.
- ↑ מסע ר׳ משה באסולה, אין: מסעות ארץ ישראל, תל אביב תש"ו, עמ' 156: "... ונקבר מעומד, ואיננו סתם ר' מאיר דמתניתין.".
- ↑ שער הגלגולים, פרק ל"ז.
- ↑ זעט מיללער, אור ישראל.
- ↑ הן מזכירין הגדולות ואת הנוראות אשרי עין ראתה בלי חקר נפלאות, המגיד, מערץ 20, 1867.
- ↑ מנחם פרחי ברוסטצוק, מסעות החכם האבי"ר לארץ הקדושה, המגיד, נאוועמבער 13, 1867 און דארט, המגיד, נאוועמבער 27, 1867.
- ↑ ישראל שפירא, קבר רבי מאיר - אשכנזי וספרדי; מדוע זה כך?, אויף כיכר השבת, 2021-04-23.
- ↑ Bernard-Henri Lévy, Salut à Edmond Safra, Le Point, דעצעמבער 22, 2011.
- ↑ קולינס־קריינר, המאפיינים והפוטנציאל התיירותי של עלייה לרגל לקברי צדיקים, עמ’ 138.
- ↑ קולינס־קריינר, המאפיינים והפוטנציאל התיירותי של עלייה לרגל לקברי צדיקים, עמ’ 87.
- ↑ זאב בן אריה, קבר רבי מאיר בעל הנס בטבריה, אויף תרבויות עולמי, פעברואר 3, 2021.
- ↑ שו"ת ישכיל עבדי.
- ↑ פנחס גריבסקי, "מגנזי ירושלם חוברת ג" אין פרויקט בן-יהודה.
- ↑ מנחם פרחי ברוסטצוק, מסעות החכם האבי"ר לארץ הקדושה, המגיד, נאוועמבער 13, 1867.
- ↑ רבי שלמה אליעזר מרגליות, עניני הילולא דרשב"י, געדרוקט אין טעמי המנהגים, עמוד רסב, בהערה: "בדרך אגב באתי להעיר שיום פטירת התנ"א [התנא האלוקי] רבי מאיר בעל הנס לא נזכר בשום מקום, וחדשים מקרוב באו ובדו מלבם חג חדש, כאילו יום פסח שני הוא היא"צ של רמבעה"נ, וידועה כוונתם בזה שיסדו זאת בעסקם בדררא דממונא והמב"י" (מיינענדיג דאס וואס די וועלט זאגט אז זיי האבן געוואלט פארדינען פון די הלולא אזוי ווי די איינוואוינער פון צפת פארדינען פון די הילולא אין מירון).
- ↑ רש"א ברענגט דארט צו פון רבי אברהם אשכנזי אין זיין הסכמה אויפן קונטרס כבוד מלכים פון רבי שמואל העליר, וואס נאכן ערקלערן דעם באדייט פונעם שמחה ביים הילולא דרשב"י, לייגט ער צו: "וזה לא יגהה מזור על מה שחדשים מקרוב שמעתי שעושין על קבר התנ"א רבי מאיר בעל הנס זיע"א".
- ↑ זיין בריוו איז צוגעברענגט דארט אין טעמי המנהגים: "ועשו מנהג אותיות גהנם… בפומביות ובתערובת כזה, שבוודאי אין רוח התורה והחכמים האמיתיים המבינים נוחה מזה… יש להם לזכור ולבטל המנהג הזה מכל וכל ולא יעברו על בל תוסיף בחג הבדוי הזה, שקראו להם הבריונים החג המסורתי, והוא באמת החג המסורסי שהוא מסורס מדעת החכמים המבינים… לכן כהיום הננו מוחים בהחג הזה ובסדר הזה ומגלים דעתינו בזה שלא באלה חלק יעקב, ושלום על ישראל". רש"א מרגליות לייגט צו: "דברי רבינו הנאמנים שיצאו מלב טהור, פעלו לטובה, שאצל אחינו האשכנזים בוטלה הצרמוניה של החג הבדוי".