קבר רבי מאיר בעל הנס אין טבריא, תרצ"ז

רבי מאיר בעל הנס איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין ארץ ישראל. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר עננו", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר ווערט באצייכנט אין טבריה און איז א צוצואינגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין י"ד אייר - פסח שני, ווען ס'איז אנגענומען אלס זיין יארצייט. דער צונאמען "בעל הנס" האט זיך ערשט באוויזן אין די ה'ר' יארן, און די פאָלקס-גלויבונג פארבינדט היינט רבי מאיר בעל הנס מיט דעם תנא רבי מאיר.

אידענטיטעט און באגרעבעניש ארט

 
קבר רבי מאיר בעל הנס אין טבריא, תשע"א

דער אנגענומענער שטעלונג איז, אים צו אידענטיפיצירן מיט דעם תנא רבי מאיר. אזוי קומט אויס אויך פון די תפילה "אלקא דמאיר עננו" (זעט ווייטער), וואס באציט זיך אויפן תנא רבי מאיר. עס איז אבער נישט באקאנט פון חז"ל אז רבי מאיר זאל באטיטלט ווערן "בעל הנס".

דער ערשטער מקור וואס דערמאנט בכלל אזא נאמען ווי "רבי מאיר בעל הנס", איז דער ספר "יחוס הצדיקים" (רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל, געדרוקט צוערשט סאלאניקי, רפ"ז) וואס באצייכנט צווישן די קברים אין גוש חלב דעם קבר פון "רבי מאיר בעל הנס"[1]. ער מיינט אבער זיכער נישט דעם תנא רבי מאיר, וועמען ער באצייכנט באזונדער אז זיין קבר געפינט זיך הינטער טבריא[2].

אויך די אנדערע רשימות פון די קברי צדיקים אין ארץ ישראל צייכענען רבי מאיר'ס קבר נעבן טבריה[3], און דער אר"י הקדוש האט באשטעטיגט די מסורה[4]. לויט דעם איז דער קבר אין טבריה, וואס איז היינט אנגעגעבן אלס "קבר רבי מאיר בעל הנס", טאקע דער קבר פונעם תנא רבי מאיר, אבער האט גארנישט מיט רבי מאיר "בעל הנס"[5].

 
אריינגאנג צום ציון אין גוש חלב

דער רבי מאיר בעל הנס פון גוש חלב דערמאנט אין יחוס הצדיקים, איז לכאורה פאררעכנט דורך זיין מחבר אלס א שפעטערדיגער חכם. ישעיה אשר זעליג מיללער ווייזט דאס אויף פון דעם וואס ער ברענגט נישט קיין מאמרים פון רבי מאיר פון משנה און גמרא, ווי ער טוט ביי אנדערע תנאים אז ער ברענגט מאמרים פון זיי; אבער ביי רבי מאיר פון טבריא ברענגט ער יא א ריי מאמרים[6].

איבער ווער דאס איז זענען פארהאן א צאל פארשידענע אנווייזונגען:

דער "אגרת מספרת יחוסתא דצדיקי" און לייגט צו[אויסקלארונג פארלאנגט] אז אין גוש חלב געפינט אויך דער קבר פון רבי יצחק מגוש חלב[11].

 
נאך א בילד...
 
פון איין זייט...
 
פון די אנדערע זייט
 
נענטער
 
צוגעשריבן מיט א מארקער "לרבי מאיר ב"ר"

דער ציון אין גוש חלב איז אין סיון תשנ"ב רענאווירט געווארן דורך 'ועד להצלת קברי הקדמונים בא"י', וועלכע האבן ארויפגעשטעלט דערויף א גרויסע מצבה, אויף וועלכע עס איז אויסגעקריצט א צומישעניש פון אלע גירסאות: "בית קברות עתיק-ימים בו טמונים גאונים וצדיקים, מיוחס גם כקברו של רבי מאיר ברבי יצחק ש"ץ מחבר האקדמות, ולפי מסורת אחרת קבריהם של רבי מאיר קצין המכונה 'רבי מאיר בעל הנס הצרפתי ואשתו ז"ל". פון די אנדערע זייט איז אויסגעקריצט: "קבר המיוחס לרבי יצחק [!] מגוש חלב בעל האקדמות"[12].

טראץ וואס עס איז נישט קלאר ווער דער רבי מאיר בעל הנס איז, איז ער אבער ווארשיינליך נישט דער תנא רבי מאיר[13].

"אלקא דמאיר ענני"

עס איז אן אנגענומענע סגולה, אין א עת צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, צו געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און זאגן דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר[14]), און דאס געלט געבט מען פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל.

דער מקור פון דער תפילה "אלקא דמאיר ענני" קומט פון א געשיכטע אין גמרא[15]. ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט רבי חנינא בן תרדיון האבן זיי פאראורטיילט זיין טאכטער צו א בית זונות. איר שוועסטער ברוריא, די ווייב פון רבי מאיר, האט דאן געבעטן איר מאן איר צו ראטעווען. רבי מאיר האט זיך געקליידעט ווי א רוימישער סאלדאט, און האט פארגעשלאגן פארן שומר געלט איר צו באפרייען. האלב געלט אונטערצוקויפן זיינע אויבערהארן, און האלב פאר אים. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט זיין ווען דאס געלט ענדיגט זיך, אויב מען וועט אים כאפן. האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים געוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט.

דער צוזאמענשטעל פון צדקה פאר "רבי מאיר בעל הנס" מיט די תפילה "אלקא דמאיר ענני" ווערט צום ערשט געברענגט אין ספר "כתר שם טוב" (תקנ"ד)[16], בשם דעם בעל שם טוב, ווי פאלגנד: "ווער עס איז אין א סכנה אדער ער ברויך א נס, זאל ער געבן 18 גדולים (גילדן) פאר ליכט אין בית הכנסת, און ער זאל ארויסזאגן מיטן מויל: אני מנדר אותן ח"י גדולים לנרות בשביל נשמת רבינו מאיר בעל הנס, אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני, ובכן יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו כשם ששמעת את תפלת עבדך מאיר ועשית לו ניסים ונפלאות כן תעשה עמדי ועם כל ישראל עמך הצריכים לנסים נסתרים ונגלים אכי"ר."

דער חיד"א אין פתח עינים (תק"נ) צייכנט שוין צו אז די אויבנדערמאנטע געשיכטע איז דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל (ליכט פארן בית הכנסת) אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר[17]. אין זיין ספר כף אחת (תקס"ב), ברענגט ער פארשידענע סגולות פארבינדן מיטן צוזאגן אויל לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס[18].

דאס אז מען פארבינדט רבי מאיר בעל הנס צו די תפילה "אלקא דמאיר ענני", צייגט אז מען האט אנגעקוקט רבי מאיר בעל הנס אלס דער תנא רבי מאיר[19].

פארשידענע ערקלערונגען זענען אנגעגעבן געווארן אויף די שייכות מיטן תנא רבי מאיר. די באקאנטע צווישן זיי:

  • רבי יעקב שאלתיאל ניניו ערקלערט דעם מנהג צו געבן צדקה אויפן נאמען פון רבי מאיר, לויט דער גמרא אז באמת וואלט מען נישט געמעגט געבן צדקה ווייל השי"ת האט יענעם בדווקא פארארעמט און ער וויל נישט אז מ'זאל אים אויפרעכטן. אבער נאר אויב אידן הייסן "בנים למקום" וויל דער אויבערשטער אז מ'זאל זיי העלפן[20]. דערפאר צוליב וואס רבי מאיר האלט אז "בין כך ובין כך קרויים בנים" - אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים[21], איז לשיטתו געבן צדקה א מעלה און א זכות[22].
  • דער מונקאטשער רב ברענגט איבער דעם עטרת צבי, אז זייענדיג קראנק ל"ע אזש ער איז שוין געווען אין א מצב פון גסיסה, האט ער אנגעוויזן צו געבן צדקה פאר דער רבי מאיר בעל הנס פושקע, אנגעבנדיג א הסבר, ווייל דער כלל איז "רוב גוססין למיתה"[23], אבער רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער גייט נישט דווקא מיטן רוב[24]. דערפאר נוצט מען רבי מאיר'ס זכות און שיטה וואס נעמט ערנסט דעם מיעוט, אז אפילו א גוסס קען איבערלעבן. דער שם שלמה האט צוגעלייגט צו דעם אויך ווען דער מענטש פארמאגט רוב זינד, וועט דער זכות פון רבי מאיר איבערוועגן די מיעוט מצוות און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס ערליכער איד[25].

געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך אנגענומען אלס א סגולה צו געפינען פארלוירענע חפצים. עס ווערט שוין געברענגט דורך דעם שבט מוסר א סגולה צו טרעפן אן אבידה דורך צוזאגן ליכט לע"נ רבי מאיר[26].

כוללים און פושקעס

די צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס געבט מען דווקא פאר ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל, און דערפאר ווערן די ארץ-ישראל קאסעס אנגערופן "צדקת רבי מאיר בעל הנס". טייל גדולים זענען שארף געשטאנען דערויף, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר מעג גיין בלויז פאר די ארעמע אין ארץ ישראל. אנדערע זאגן אז ס'דארף גיין דווקא קיין טבריא פארן כולל וואס איז אינעם בית המדרש אויפן ציון פון רבי מאיר בעל הנס[27].

פון די ת"ק יארן און ווייטער האט זיך דער "רבי מאיר בעל הנס פושקע" געפונען כמעט אין יעדן אידישן הויז. בעיקר פלעגט מען אריינווארפן געלט אין דער פושקע פארן צינדן שבת ליכט. די פושקע האט אויך סימבאליזירט די בענקשאפט צו ארץ ישראל.

פון רבי אהרן קארלינער ווערט געברענגט צו געבן צדקה אינעם רבי מאיר בעל הנס פושקע פארן דאווענען, כדי דורכן געבן צדקה פאר תושבי ארץ ישראל זאל ער זיך דערמאנען אז די תפלה זאל גיין דורך ארץ ישראל, ווי עס שטייט "והתפללו דרך ארצם"[28].

עס עקזיסטירן פילע צדקה ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם נאמען "צדקת רבי מאיר בעל הנס", וואס זענען באשטימט צו שטיצן די ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל. עטליכע פון די באקאנטע כוללים זענען:

  • כולל חבת ירושלים - דער גאליציאנער כולל
  • כולל שומרי החומות - דער אונגארישער כולל
  • כולל חב"ד
  • כולל פוילן
  • כולל וואָהלין
  • כולל אהבת ציון - דער זיבנבערגן כולל
  • כולל סלאנט
  • כולל מונקאטש ועשרה גלילות - דער בעצירקן כולל

היסטאריש זענען געווען פילע מחלוקות צווישן די כוללים, בעיקר וועגן די געגנטער וואו זיי פארמאגן די רעכטן צו איינקאסירן די רבי מאיר בעל הנס געלטער. יעדער געגנט האט געהאט זיין כולל, און מען האט שטארק מקפיד געווען נישט צו מישן די כוללים.

אין תרפ"ג זענען געווען טענות אז די לאקאלע אפיסעס אין אמעריקע פון שומרי החומות האבן נישט געשיקט דאס געלט קיין ירושלים פאר 5 חדשים, נאר געניצט עס פאר זייערע אייגענע אויסגאבן[29].

די משכילים, יוסף פערל ימ"ש און אנדערע, האבן געפירט א ביטערער קאמף מיט די רבי מאיר בעל הנס פושקעס. שפעטער האט די קק"ל געפירט א ענליכע מערכה צו באשמוצן די ארץ-ישראל גבאים, מיטן ציל אז מען זאל זיי אויפהערן געטרויען און שיקן די פושקע געלט בלויז פאר די קק"ל.

הילולא אויפן קבר אין טבריא

דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס געפינט זיך הארט נעבן טבריה, ביי דער דרום אריינגאנג פון שטאט. דער קבר איז א צענטער פאר באזיכער און מתפללים ארום דעם גאנצן יאר. די צאל באזוכער ביים קבר אין טבריה ווערט געשאצט אויף צוויי הונדערט טויזנט מענטשן א יאר. א גרויס טייל זענען רעליגיעזע (22% חרדים, 29% דתיים), אבער כמעט האלב פון די באזוכער זענען נישט רעליגיעז[30]. זיי ווערן צוגעצויגן צו דער שיינער פאנעראמע נאנט צום כנרת, און צו די נסים-געשיכטעס, וואס שאפט זיי א דערהויבענער געפיל[31].

אויפן ארט פונעם קבר זענען דא באַזונדערע אפטיילונגען פאַר אשכנזים און ספרדים. די ספרדים האבן געבויט זייער חלק צוערשט, אבער די אשכנזים האבן נאר געקענט געפינען פינאנצירונג נאך שנת תר"ע. שפּעטער האט די משפחה ספרא שטארק איבערגעבויט דעם ספרד'ישן חלק. ביים קבר אין טבריא זענען פארבונדן וואונדערליכע מעשיות, למשל מיט שטיינער וואס האבן זיך אליין צוריקגעשטעלט ביים בויען אין תרכ"ז[32].

רבי משה באסולא, א רייזנדער וועלכער האט באזוכט אויפן ארט ארום ר"פ, דערציילט אז ער האט געפינען דארט א ציון וואו מען פארזאמלט זיך צו מתפלל זיין אינדערפרי און ביינאכט, און מען זאגט אז דארט איז באגראבן איינער מיטן נאמען רבי מאיר - נישט דער תנא[33] - וואס האט געשוואוירן זיך נישט צו זעצן ביז משיח וועט קומען, און ער איז באגראבן געווארן שטייענדיג[34]. רבי חיים וויטאל שרייבט אז דער אר"י הקדוש האט באשטעטיגט אז רבי מאיר איז באגראבן געווארן שטייענדיג "אזוי ווי מענטשן זאגן"[35].

יאר יערליך ווערט געפייערט א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. דאס איז איינגעפירט געוואָרן הערשט אין יאר תרכ"ז, ווען די ספרדישע קהילה פון טבריה האט באנייט א בית המדרש אויפן ארט פונעם קבר.

אבער אנדערע האבן דאן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו דעם ניי-פאבריצירטן יום טוב[36], צווישן זיי דער ראשון לציון רבי אברהם אשכנזי[37]. רבי מאטל סלאנימער האט פארעפנטליכט א שארפער בריוו דערקעגן, און דאס האט אפגעשטעלט די צערעמאניע ביי די אשכנזים[38].

ביבליאגראפיע

  • ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אות לה, "לא ידעתי כוונתו", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.
  • עמרם בלוי, היכל הבעש"ט יא, תמוז תשס"ה, עמ' קכז–קנח

לינקס

  1. יחוס הצדיקים, מנטובה שכ"א, דף י"ז ע"ב.
  2. יחוס הצדיקים, מנטובה שכ"א, דף נה ע"ב, סב ע"ב.
  3. זע די ליסטע ביי מיללער, הערה 93.
  4. שער הגלגולים, הקדמה ל"ז.
  5. זעט מיללער, אור ישראל.
  6. מיללער, אור ישראל, עמ' רלד.
  7. געדרוקט אין אוצר מסעות, זייט 69.
  8. ענליך שטייט אויך אין "תוצאות ארץ ישראל" לתלמיד הרמב"ן. זעט אויך אוצר הגדולים ח"ו מערכת מ אות קז.
  9. ר' ישעיה הורוויץ, עדן ציון, ירושלים, תשט"ז, עמ' פז, הערה א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  10. מיללער, הערה 92.
  11. זעט מיללער, הערה 90.
  12. קבר רבי מאיר בעל האקדמות, אויף כוכב הנופש.
  13. טייל טענה'ן אז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען, און שפעקולירן אז דאס איז געשאפן פון א טעות. צוליב וואס די צדקה קאסעס האט דער רמב"ן געשטעלט צו שטיצן דעם ישוב אין ארץ ישראל, און זיי זענען גערופן געווארן אויף זיין נאמען. שפּעטער האט מען אומריכטיג פארשטאנען די ראשי תיבות "רמב"ן" אלס "רבי מאיר בעל [ה]נס" (ראובן מרגליות, לחקר שמות וכינויים בתלמוד, עמוד כ"ה). זע מיללער, הערה 100, וואס ווענדט שארף אפ די טעאריע.
  14. לויט דער מהרש"א, באציט זיך "דמאיר" צו השי"ת וואס איז "מאיר לארץ וְלַדָרִים עליה" און וואס האט אונז "באלויכטן" און געראטעוועט ביי דעם נס פון חנוכה (חידושי אגדות על מסכת עבודה זרה דף יח ע"ב).
  15. עבודה זרה י"ח ע"א-ע"ב.
  16. כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) חלק ב, סימן שפח.
  17. חיד"א, פתח עינים, על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלקא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ". באמערקט אז ער לייגט אריין "רבי" אין "אלקא דרבי מאיר ענני". גראדע ער דערמאנט טאקע "רבי מאיר" אבער נישט "בעל הנס".
  18. חיד"א, כף אחת סימן ג: "יום שתטבול האשה יתן שמן לעילוי נשמת ר"מ, ויאמר קודם: 'הריני מנדב שמן זה למאור לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות ר"מ יזכני להוליד הלילה הזו הבאה לשלום ותתעבר אשתי פב"פ מבן זכר לחיי״ט ולקיימא זרע אנשים לעבודתו יתברך, אלהא דרבי מאיר ענני'... אם נראה שנתעברה כל מ' יום כל יום יתן פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו של ר"מ כדי שיהיה בן זכר. אלהא דר"מ ענני". און אין סימן לב: "לרפואה ולכל דבר יאמר: הריני מתנדב שמן למאור לעילוי נשמתו של רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות רבי מאיר בעל הנס יצילני לי ולאשתי מכל חולי ומכל כאב ונהיה בריאים דשנים ורעננים ושקטים ויצילנו מכל צרה ומכל מיני פורענות ויאריך ימינו בטוב ושנותינו בנעימים לעבודתו יתברך, אלהא דרבי מאיר ענני (ג״פ)..."
  19. אדער אפשר האט מען אויסגעבארגט דעם אויסדרוק אויף א צווייטן רבי מאיר (מיללער, הערה 96).
  20. בבא בתרא י, א.
  21. קידושין לו, א.
  22. רבי יעקב שאלתיאל ניניו, אמת ליעקב, מערכת רי"ש, עץ חיים אות עד, דף צ"א ע"א.
  23. גיטין כ"ח ע"א.
  24. יבמות קי"ט ע"א.
  25. דברי תורה, מהדורה קמא אות ט..
  26. מדרש תלפיות, ענף אבידה ומציאה.
  27. זעט אן אריכות אין שדי חמד, אסיפת דינים, ארץ ישראל סימנים ז-ח; יצחק זאב כהנא, "מעות רבי מאיר בעל הנס בספרות ההלכה", סיני מג, תשי"ח, עמ' קכה–קמד, מג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), איבערגעדרוקט אין מחקרים בספרות התשובות, תשל"ג, מוסד הרב קוק, עמ' 239 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); היכל הבעש"ט יא.
  28. דברי תורה, מהדורא קמא אות י"ד.
  29. Says "meshullachim" Took Money Intended for Jerusalem, Jewish Telegraphic Agency, ‏אוגוסט 24, 1923.
  30. קולינס־קריינר, המאפיינים והפוטנציאל התיירותי של עלייה לרגל לקברי צדיקים, עמ’ 87.
  31. זאב בן אריה, קבר רבי מאיר בעל הנס בטבריה, אויף תרבויות עולמי, ‏פעברואר 3, 2021.
  32. ישראל שפירא, ‏קבר רבי מאיר - אשכנזי וספרדי; מדוע זה כך?, אויף כיכר השבת, 2021-04-23.
  33. אינטערעסאנט ווייל דער קבר איז לויט די אנדערע רייזנדע און לויטן אר"י הקדוש יא פון רבי מאיר דער תנא.
  34. מסע ר׳ משה באסולה, אין: מסעות ארץ ישראל, תל אביב תש"ו, עמ' 156: "וקרוב לשם ציון של אבנים זקוף במישור, ושם מתקבצים להתפלל ערב ובקר, אומרים כי שם נקבר אחד ששמו ר' מאיר שנשבע שלא ישב עד כי יבא שילה, ונקבר מעומד, ואיננו סתם ר' מאיר דמתניתין.".
  35. שער הגלגולים, הקדמה ל"ז.
  36. רבי שלמה אליעזר מרגליות, עניני הילולא דרשב"י, געדרוקט אין טעמי המנהגים, עמוד רסב, בהערה: "בדרך אגב באתי להעיר שיום פטירת התנ"א [התנא האלוקי] רבי מאיר בעל הנס לא נזכר בשום מקום, וחדשים מקרוב באו ובדו מלבם חג חדש, כאילו יום פסח שני הוא היא"צ של רמבעה"נ, וידועה כוונתם בזה שיסדו זאת בעסקם בדררא דממונא והמב"י" (מיינענדיג דאס וואס די וועלט זאגט אז זיי האבן געוואלט פארדינען פון די הלולא אזוי ווי די איינוואוינער פון צפת פארדינען פון די הילולא אין מירון).
  37. רש"א ברענגט דארט צו פון רבי אברהם אשכנזי אין זיין הסכמה אויפן קונטרס כבוד מלכים פון רבי שמואל העליר, וואס נאכן ערקלערן דעם באדייט פונעם שמחה ביים הילולא דרשב"י, לייגט ער צו: "וזה לא יגהה מזור על מה שחדשים מקרוב שמעתי שעושין על קבר התנ"א רבי מאיר בעל הנס זיע"א".
  38. זיין בריוו איז צוגעברענגט דארט אין טעמי המנהגים: "ועשו מנהג אותיות גהנם… בפומביות ובתערובת כזה, שבוודאי אין רוח התורה והחכמים האמיתיים המבינים נוחה מזה… יש להם לזכור ולבטל המנהג הזה מכל וכל ולא יעברו על בל תוסיף בחג הבדוי הזה, שקראו להם הבריונים החג המסורתי, והוא באמת החג המסורסי שהוא מסורס מדעת החכמים המבינים… לכן כהיום הננו מוחים בהחג הזה ובסדר הזה ומגלים דעתינו בזה שלא באלה חלק יעקב, ושלום על ישראל". רש"א מרגליות לייגט צו: "דברי רבינו הנאמנים שיצאו מלב טהור, פעלו לטובה, שאצל אחינו האשכנזים בוטלה הצרמוניה של החג הבדוי".