דרעפט:רבי לוי יצחק גרינוואלד

ווערסיע פון 20:40, 25 אפריל 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


ביאגראפיע

רבי לוי יצחק איז געבוירן צו זיין פאטער רבי משה גרינוואלד, דער ערוגת הבשם, און זיין מוטער מרת זיסל, טאכטער פון רבי אברהם געשטעטנער, אום כ"ו מנחם אב תרנ"ג, ארום צוויי חדשים נאך וואס זיין פאטער איז געקומען קיין חוסט דינען אלס רב. אום ג' אלול איז ער גע'מל'עט געווארן דורך זיין פאטער, אויפ'ן שויס פון רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים[1], און איז גערופן געווארן אויפן נאמען פון רבי לוי יצחק פון בארדיטשובמוסטער:לויט'ן נוסח וואס רבי לוי יצחק האט באפוילן צו אויסקריצן אויף זיין מציבה..

ער האט געלערנט ביי זיין פאטער, ביז צו זיין פטירה אום ז' אב תר"ע, ווען רבי לוי יצחק איז אלט געווען 17 יאר, וואס דאן איז ער געבליבן אין חוסטער ישיבה אונטער זיין ברודער רבי אברהם יוסף. ר' לוי יצחק האט געלערנט ביי זיין פעטער, רבי אליעזר דוד גרינוואלד, וואס איז דאן געווען רב און ראש ישיבה אין ווישעווע.

ר' לוי יצחק האט געהייראט רעביצין סילקא, טאכטער פון זיין ברודער ר' אברהם יוסף. די חתונה איז פארגעקומען אום מיטוואך קרח, ל' סיון תרע"ד, אין שטאט חוסט וואו ער איז געבליבן אויף קעסט ביים שווער.

רעפערענצן

  1. ערוגת הבושם פ' שופטים, אויפן פסוק שום תשים.