דרעפט:רבי לוי יצחק גרינוואלד
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ביאגראפיע
רבי לוי יצחק איז געבוירן צו זיין פאטער רבי משה גרינוואלד, דער ערוגת הבשם, און זיין מוטער מרת זיסל, טאכטער פון רבי אברהם געשטעטנער, אום כ"ו מנחם אב תרנ"ג, ארום צוויי חדשים נאך וואס זיין פאטער איז געקומען קיין חוסט דינען אלס רב. אום ג' אלול איז ער גע'מל'עט געווארן דורך זיין פאטער, אויפ'ן שויס פון רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים[1], און איז גערופן געווארן אויפן נאמען פון רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב[2].
ער האט געלערנט ביי זיין פאטער, ביז צו זיין פטירה אום ז' אב תר"ע, ווען רבי לוי יצחק איז אלט געווען 17 יאר, וואס דאן איז ער געבליבן אין חוסטער ישיבה אונטער זיין ברודער רבי אברהם יוסף. ר' לוי יצחק האט געלערנט ביי זיין פעטער, רבי אליעזר דוד גרינוואלד, וואס איז דאן געווען רב און ראש ישיבה אין ווישעווע.
ר' לוי יצחק האט געהייראט רעביצין סילקא, טאכטער פון זיין ברודער ר' אברהם יוסף. די חתונה איז פארגעקומען אום מיטוואך קרח, ל' סיון תרע"ד, אין שטאט חוסט וואו ער איז געבליבן אויף קעסט ביים שווער.
אין ווינטער תרע"ח האט ר' לוי יצחק באקומען היתר הוראה דורך רבי שמואל ענגיל, וועלכער האט דאן געוואוינט אין קאשוי; רבי שמואל ראזנבערג, אונסדארפער רב; און רבי מרדכי לייב ווינקלער, מאדער רב.
זיין ערשטן פּאסטן איז געווען אלס מיליטערישער רב אין חוסט[3]. אין תרע"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין פּאיע, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים. אין תרפ"א איז ער אריבער קיין ווישק, וואו ער האט געבויט א מקוה טהרה, און פיל געטון פאר טהרת ישראל. אין תרפ"ט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין ארשעווע, אויפ'ן פלאץ פון רבי יואל טייטלבוים, וועלכער איז געגאנגען קיין קראלי. אין ארשיווע האט ר' לוי יצחק געפירט א ישיבה.
אין תרצ"ב איז ער פארבעטן געווארן צו קומען דינען אלס רב אין צעהלים, פון די חשוב'ע שבע קהילות וואו עס האבן פארדעם געדינט רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ, דער רבי פון דער ערוגת הבשם; רבי אליעזר דוד גרינוואלד, ברודער פון ערוגת הבשם; און רבי יעקב יחזקי' גרינוואלד, זון פון ערוגת הבשם און ברודער פון ר' לוי יצחק. אויך אין צעהלים האט ער געפירט א גרויסער ישיבה, און געדינט אלס רב ביז תרצ"ח, ווען די נאציס ימ"ש זענען אריין אין עסטרייך און פארטריבן די אידן פון שטאט.
ר' לוי יצחק איז דאן אריבער וואוינען אין וויען און געוויילט ביי זיין פעטער ר' דוד שפּוץ פאר זעקס חדשים ביז, וואס דורך די באמיאונגען פון רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש איז ר' לוי יצחק אויפגענומען געווארן אלס רב אין קהל חרדים אין ניו יארק, און אזוי ארום באקומען א וויזע קיין אמעריקע.
ז' אלול תרצ"ח איז ר' לוי יצחק אנגעקומען קיין אמעריקע און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג. באלד אנפאנג פונעם קומענדיגן יאר האט ער אנגעהויבן מיט זיינע פילע אקטיוויטעטן צו אפּראטעווען דאס אידישקייט. פון זיינע גרויסע פּעולות זענען: 1) צושטעלן חלב ישראל, 2) אהערשטעלן א מהודר'דיגע שעכט הויז וואס זאל זיין גענצליך אומאפּאהענגיג פון די ניו יארקער שחיטה יוניאן,3) אוועקשטעלן א קהלה אויפ'ן אייראפּעאישן שטייגער, 4) מצה באקן פאר פסח מיט אלע הידורים, 5) א חדר אין ישיבה אויפ'ן אלטן שטייגער[4], 6) גרויסע תיקונים אין מקוואות און אין טהרת בנות ישראל. מיט די אקטיוויטעטן האט ער אנגעגרייט דעם באדן פאר די פילע פּליטים נאכ'ן שרעקליכן חורבן אייראפע.
אום כ' סיון תשט"ו איז אים נפטר געווארן די רעביצין. ר' לוי יצחק האט ווידער חתונה געהאט מיט מרת בריינדל, טאכטער פון רבי ברוך שלמה פּראגער, רב פון פּעטריוויסעלא, אייניקל פון מהר"ם שיק. זי איז געווען פאר'ן קריג פארהייראט צו רבי חיים יעקב ברעזניטץ, א פרוכטבארער מחבר ספר, וועלכער איז אומגעקומען אין אוישוויץ י"א סיון תש"ד, איבערלאזנדיג איין זון וואס איז געבוירן ביים קריג, יוסף משה. נאכן קריג האט זי חתונה געהאט מיט רבי מנחם מענדל האלבערשטאם, סטראפּקאווער רב, וועלכער איז אוועק אין תשי"ד. דער צעהלימער רב האט אויפגעצויגן דעם אינגל יוסף משה נאכן הייראטן זיין מאמען.
אלע יארן אין אמעריקע איז דער צעהלימער רב געווען פון די אויבנאן צווישן די רבנים אין שטאט, און איז געווען געשעצט ביי אלע גדולים. זיין גרויסקייט אין תורה, הוראה און צדקות זענען געווען באוואוסט, און זיינע דעות זענען שטארק צוגעהערט געווארן אין פילע קרייזן. ביי די אסיפות איז ער געווען דער ראש המדברים, און ער האט געדינט אלס וויצע פּרעזידענט פון התאחדות הרבנים.
אין זיין לעצטן יאר איז געווארן אפּגעשוואכט, און אין ווינטער תש"מ האט ער מער נישט געהאט קיין כח צו אראפּגיין דאווענען אין בית המדרש, האט מען דעריבער צוזאמגענומען א מנין ביי אים אין שטוב. אין פרשת יתרו איז ער אראפּ צו קריאת התורה, און אליין הויך געליינט די קבלת התורה ביי זיין ארט. נאך פורים איז זיין מצב פארערגערט געווארן און ער איז אריינגעפירט געווארן אין שפּיטאל ביז פאר פסח.
נאך פסח איז זיין מצב נאך מער ערגער געווארן, ערב שבת שמיני איז ער צוריקגעפירט געווארן אין שפּיטאל, און באלד נאך שבת, אור לכ"ז ניסן תש"מ האט ער אויסגעהויכט די נשמה. צומארגנס, זונטאג, איז פארגעקומען די לוויה וואו עס האבן זיך באטייליגט צענדליגע טויזנטער. ר' לוי יצחק האט געהאט באפוילן מ'זאל אים נישט מספיד זיין, נאר אנשטאט מעורר זיין די פארזאמלטע צו תשובה און זאגן די ווידוי פון רבינו ניסים. זיין פּלימעניק, רבי יוסף גרינוואלד, דער פּאפּער רב איז געווען דער שליח ציבור. דער צעהלימער רב איז באערדיגט געווארן אין חלקה פון קהל ערוגת הבשם אין בית החיים "וועלוואד", אין לאנג איילענד, ניו יארק.
לויט זיין צוואה האט איבערגענומען זיין שטיף-זון רבי יוסף משה גרינוואלד, וועלכע פירט נאך היינט די קהילה און ישיבה ערוגת הבשם צעהלים.
רעפערענצן
- ↑ ערוגת הבושם פ' שופטים, אויפן פסוק שום תשים
- ↑ לויט'ן נוסח וואס רבי לוי יצחק האט באפוילן צו אויסקריצן אויף זיין מציבה.
- ↑ זעט שו"ת מגדלות מרקחים או"ח סי' לד.
- ↑ אשר פּען, א ישיבה אין וויליאמסבורג, וואו עס לערנען ניי-געקומענע יתומים, דער טאג, יוני 29, 1953; הנ"ל, אידישקייט אין אמעריקע, 1958, זז' 654–661.