רוי:רבי מאיר שמחה הכהן
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
| רבי מאיר שמחה הכהן, פאטאגראפירט אין 1924 | |||||||
| געבורט | ה'תר"ג | ||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| פטירה | ד' אלול ה'תרפ"ו (אלט: 83 בערך) | ||||||
| |||||||
רבי מאיר שמחה הכהן פון דווינסק (ה'תר"ג, 1843 – ד' אלול ה'תרפ"ו, 14טן אויגוסט 1926) איז געווען איינער פון די פירנדע רבנים פון מזרח אייראפע אין דעם דור פארן חורבן, א "גדול הדור"[1]. זיינע עיקר ספרים זענען "אור שמח" אויף רמב"ם און "משך חכמה", חידושים אויף תורה וואס מען האט פארעפנטליכט נאך זיין פטירה.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ג אין דער שטעטל בוטרימאנץ, ווילנער גובערניע, ליטא, צו הרב שמשון קלונימוס קלמן הכהן און זיין ווייב אסנת. ר' קלונימוס איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר און א תלמיד חכם. זיין הויז איז געווען א "בית ועד לחכמים", א הויז וואו תלמידי חכמים פלעגען פארקערן. ווען דער גאון רבי מאיר טיקטין איז איינגעשטאנען ביי אים אין הויז א לענגערע צייט, האט ער אים געבענטשט אז אים זאל געבוירן ווערן א זון וועלכער זאל באלייכטן די אויגן פון דעם פאלק ישראל אין זיין תורה. ר' מאיר'ס ברכה איז מקוים געווארן. דער זון איז געבוירן געווארן. זיי האבן אים געגעבן דעם נאמען מאיר שמחה.
שוין יונגערהייט איז ער געווארן באוויסט אלס עילוי. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר איז א באוויסטער רב געווען זייער גאסט. און ער האט געהאט דעם כתב יד פון זיינ'ס א ספר מיט זיך. איין טאָג האט ער דערזען ווי דער מאנוסקריפּט איז אנגעפּיקעוועט מיט הערות. ווען דאס בחור'ל האט אים געזאגט אז די נאָטן זענען זיינע, האט ער אים שארף פירגעהאלטן. אבער, ווי גרויס איז געווען זיין ערשטוינונג ווען ער האט דערזען די ווערטפולע חידושים. ער האט אים געגעבן א קוש, און ער האט פאראויס געזאגט אז ער וועט זיין גרויס אין לערנען[2]. ביי די 17 יאר איז ער געפארן קיין איישישאָק וואו ער האט געלערנט אונטער רבי משה דאַנישעווסקי.
רבי מאיר שמחה האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הירש פלטיאל, א רייכער מאן פון ביאליסטאק, וועלכער האט אים געשטיצט בשעת ער האט ווייטער געלערנט. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין (תקע"ו–תרל"ט), דער מחבר פון עונג יום טוב, וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף מסכת בכורות[3].
ווען דער דווינסקער רב ר' ראובן איז נפטר געווארן, און ר' יאנקעלע חריף האט אים מספּיד געווען, האט ער באלד נאכן הספּד אויפגעפאדערט די דווינסקער קהילה אז זיי זאלן אויפנעמען ר' מאיר שמחה'ן אלס דעם נפטר'ס נאכפאלגער. אויך ר' יאָשע בער בריסקער האט זיי גערוטן דאס זעלבע. און אין דעם יאר תרמ"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דווינסק. ער האט אנגעהאלטן די שטעלע ארום פערציג יאָר, און ער איז געווען געשעצט און באליבט ביי אלע קרייזן פון דער שטאט.
אין דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די מערסטע איינוואוינער האבן פארלאזט די שטאָט, און עס זענען געבליבן בלויז די ארימערע, איז ר' מאיר שמחה געבליבן מיט זיי. און ווען זיי האבן אים געבעטן ער זאל פארלאזן די שטאט, האט ער זיי געענטפערט: "אזוי לאנג ווי עס וועלן זיין ניין אידן אין שטאט, וועל איך זיין דער צענטער צום מנין". און ער האט נאך צוגעגעבן: יעדע קויל האט א ספּעציעלע שליחות. יעדע פּולי[אויסקלארונג פארלאנגט] האט א באשטימטן אדרעס.
אין דעם יאר תרס"ו האט מען אים אנגעבאטן דאס רבנות אין ירושלים. אבער ווען זיין קהילה האט אים געבעטן זיי נישט צו פארלאזן, האט ער צוריקגעוויזן דעם אנבאט. כאראקטעריסטיש איז דער פאלגנדיגער בריוו וועלכן די דווינסקער אידן האָבן געשיקט קיין ירושלים "מיר, די גלות קינדער אין רוסלאנד, אין דער שטאט דווינסק, "קמנו ונתעודד[4], הויבן זיך אויף און שטעלן זיך ווידער דער ידיעה, וועלכע האט אונז דערגרייכט אז די ירושלים'ער אידן ווילן אוועקנעמען אונזער רבי'ן… וואס דערמיט וועלן זיי צעשטערן נישט בלויז אונז, נאר אלע גלות אידן… עס איז נישט פאר אייך, קינדער פון ירושלים, צו טון אזא זאך"…
ר' מאיר שמחה האט זיך געהאלטן ווייט פון מחלוקת, פון פּארטייאישקייט. געלד וואס מען פלעגט אים שיקן דורך פּאסט פלעגט ער צוריקשיקן. ווען ער האט נישט געוויסט דעם שיקער'ס אדרעס, האט ער אוועקגעגעבן דאס געלד אויף צדקה.
זיין ספר "אור שמח" (פון מאיר שמחה) אויפן רמב"ם ווערט באטראכט ווי א קלאסיש ווערק אין דער לומד'ישער ליטעראטור. ער האט אויך געמאכט אַן "אור שמח" אויף ש"ס, אבער עס איז נישטא. גוט באוויסט איז אויך זיין ספר "משך חכמה" אויף תורה.
ער איז נפטר געוואָרן פיר טעג אין אלול, אינעם יאר תרפּ"ו, אין עלטער פון דריי און אכציג יאָר. (זעט "אישים ושיטות", פון הרב שלמה יוסף זוי0.
אין 1919 איז געווען א פאלשע באריכט אז ר' מאיר שמחה איז ערמארדעט געווארן אין א פּאָגראָם. די געשעעניש איז געווען באריכטעט דורך צייטונגען ארום די וועלט[5]. אין רעאקציע אויף דעם פאלשן באריכט, זענען געגעבן געווארן א צאל הספדים. רבי ישראל אבא ציטראן, רב פון פתח תקווה, האט איבערגעגעבן א הספד וואס איז שפעטער פארעפנטליכט געווארן[6].
ר' מאיר שמחה האט נאר געהאט איין טאכטער, און זי איז געווען נפשיות'דיג קראנק. לויט א מקור האט זי געפרואווט אומצוברענגען איר פאטער, אים געשטאכן אין האלז, און בדרך נס האט ער איבערגעלעבט[7].
די ישיבת אור שמח איז גערופן געווארן אויף זיין נאמען[8].
רעפערענצן
- ↑ רבי יחיאל יעקב וויינבערג, כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג ב, עמ' רלה: "שהוא גדול-הדור באמת".
- ↑ רבינר, זאב אריה בן בנימין בינוש, רבינו מאיר שמחה הכהן
- ↑ דוד הלחמי, "רבי מאיר שמחה הכהן", חכמי ישראל, תל אביב תשי"ח, חלק ב', עמ' שעט, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ תהלים כ, ט.
- ↑ זעט דערוועגן דא אויף אוצר החכמה פארום.
- ↑ זאב אריה רבינר, מרן רבנו מאיר שמחה הכהן, תל אביב, תשכ"ז, עמ' רלב–רלג פאר נאך א פארעפנטליכטער הספד, דורך רבי בנציון קואינקה, זעט מקבציאל לט, ירושלים: חברת אהבת שלום, תשע"ג, עמ' תשלט והלאה.
- ↑ רבי ישראל דושאוויץ, "אבל יחיד ומספד תמרורים", המסלה א:ה-ו, סיון-תמוז תרצ"ו, עמ' 6.
- ↑ יונתן ראזענבלום, Rav Noach Weinberg: Torah Revolutionary (Jerusalem, 2020), p. 72 n. 1.