רוי:מחזור ויטרי

ווערסיע פון 11:42, 11 פעברואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (ראזמארין)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ר' שמחה ב"ר שמואל פון דער שטאָט ויטרי האט געלעבט אין פראנקרייך אין דעם עלפטן יארהונדערט. ער איז געווען רש"י'ס א תלמיד. ער איז געווען א פּוסק און דער מחבר פון דעם "מחזור ויטרי". רבינו תם דערמאנט דעם מחזור אין זיין "ספר הישר" (סימן תר"כ). זיין אייניקל ר' יצחק הזקן זאגט אין איינער פון זיינע תשובות: "איך האָב געזען אין דעם מחזור ויטרי וועלכן מיין זיידע ר' שמחה, רש"י'ס א תלמיד, האט פארפאסט".

דער מחזור ענטהאלט: נוסחאות פון די תפילות פון א גאנץ יאר, די דינים פון שבת, עירובין, די זמירות, א פּירוש אויף פּרקי אבות. שיר ליל שיכורים לפּורים, זייט 583. תשובות פון רש"י זייט 586, תגין, דינים פון שחיטה און טרפות, יין נסך, דער נוסח פון א גט, חליצה, פּיוטים וועלכע געפינען זיך נישט אין די אנדערע מחזורים, און נאך. זעט מחזור ויטרי עדיציע ר' שמעון הלוי איש הורוויץ, וועלכן די מקיצי נרדמים האָט ארויסגעגעבן אין בערלין אינעם יאָר 1893, איבערגעדרוקט אין ברוקלין, נ. י.

רבינו שמחה ב"ר שמואל איז נפטר געווארן אין דעם יאר 1105, אין דעם יאר פון רש"י'ס פּטירה (?).