דרעפט:רבי משה אלשיך

פון המכלול
ווערסיע פון 07:03, 11 פעברואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (ראזמארין 1 נג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' משה ב"ר חיים האט געלעבט אין דעם זעכצנטן יארהונדערט. ער איז געווען דיין און דרשן אין צפת, ארץ ישראל. ר' יוסף קארו, דער מחבר פונעם שולחן ערוך איז געווען איינער פון זיינע רביים. ר' חיים ויטאל האט זיך גערעכנט צווישן זיינע תלמידים. זיין הויפּט לערנען איז געווען הלכה. ער האט געלערנט אויך קבלה. אבער דער עיקר איז ער באקאנט אלס דרשן. "אלשיך" מיינט עלטסטער פון דער שטאָט אין אראביש. און ער איז באקאנט אלס "אלשיך הקדוש".

דער אלשיך איז דער מחבר פון א פּירוש אויף תורה מיטן נאמען "תורת משה", אבער מען רופט עס נישט ביי דעם דאזיגן נאמען. עס זענען פארהאן פיר ספרים וועלכע מען רופט נישט ביי די נעמען וועלכע די מחברים האבן זיי געגעבן: "משנה תורה", "שני לוחות הברית" און "תורת משה". נאר מען רופט זיי: "דער רמב"ם", "דער של"ה", "דער אלשיך", "דער חתם סופר". דאס נעמט זיך מסתמא דערפון וואס אידן האלטן נישט פון א צווייטער תורה, פון צווייטע לוחות. מיר אידן זענען גאנץ צופרידן מיט דער תורה וועלכע משה רבינו האט אונז געגעבן. אפילו דעם חומש דברים, וועלכער ווערט באצייכנט אויך מיט "משנה תורה", רופט מען נישט ביי דעם דאזיגן נאמען, נאר פּשוט, "ספר דברים", אדער "חומש דברים".

ער האט געמאכט אויך א פּירוש אויף נביאים און כתובים, אויף דער פּסח הגדה, און שאלות ותשובות.