דרעפט:רבי דוד טעביל דיינאווסקי
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי דוד טעוול דיינאָווסקי איז געווען דער לעצטער רב אין פּיאָנטניצע (Piątnica), ביי לאָמזשע. ער איז געווען דורכגעדרונגען מיטן מוסר־גייסט פון ליטווישע ישיבות. ער האָט געהאַט אַ ליבשאַפט צו אידן בכלל און זיך באַמיט צו משפּיע זיין אויף זיי מיטן רוח התורה והמצוות[1].
ר' טעוועלע איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע פּערזענלעכקייט, אַ הדרת־פּנים, א גרויסער למדן. מיט גרויס כבוד און ליבשאַפט האָט מען זיך צום רב באַצויגן. און דער איידעם רב שלמה, שוין אַ ביסל מער מאָדערנע, געווען ראש־הישיבה, האָט געשטעלט פאַר אַ נסיון דעם שווער, דעם רב ר' טעוועלע. דאָס איז געווען בעת דער מלחמה פון 1914, ווען די דייטשן האָבן זיך דערנענטערט צו מאַלטש איז פּונקט אויסגעפאַלן פרייטאג און מען האָט געדאַרפט אַנטלויפן. איז מען געגאַנגען צום רב, ווייל עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן חילול־שבת. האָט דער רב געזאגט אז מען טאר זיך נישט רירן פון אָרט, ווייל מען וועט מחלל־שבת זיין. האָט דער מאָדערנער ר' שלמה זיך איינגעקויפט אַ פערד און וועגעלע און האָט דער ערשטער איינגעשפּאַנט און האָט אויסגעשריגן: פאָרט! ווען די סכנה איז גרויס איז עס דוחק שבת און אידן האָבן זיך געלאָזט אין וועג אַריין קיין קאַרטוז־בערעזע[2].
ער איז געווען, ווי אַלע מוסר’ניקעס, אַ קעגנער פון ציוניזם. עולים קיין א“י זיינען ביי אים געווען פאַררעכנט ווי געצנדינער. פאַרן חורבן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ ספר מיטן נאָמען „לקראת צמא“ (קעגן דורשטיקן). ער האָט דאָס וואָרט „צמא“ געמאַכט פאַר אַ ראשי תיבות: ציוניסטן, מזרחיסטן, אגודייסטן. אין דעם ספר איז הרב דיינאָווסקי קעגן אַלע פּאַרטייען, נאָר דער בית מדרש און די תורה איז גוט פאַר אידן. ווען אין א“י האָבן אויסגעבראָכן אומרוען, האָט ער געדרשנט אין זיין בית מדרש, אַז אידן דאַרפן זיין ווי אַ וואָרעם (תולעת), וועלן זיי נישט האָבן וואָס מורא צו האָבן (באַציענדיק זיך אויפן פּסוק אין ישעיהו: אל תיראי תולעת יעקב). ווען זיי וועלן אָבער אויפהייבן דעם קאָפּ, פאָדערנדי אַ אידישע מדינה, וועלן די אַראַבער זיי צעטרעטן. פונדעסטוועגן האָבן די ציוניסטן, און באַזונדערס די ציוניסטישע יוגנט, געהאַט די הויפּט השפּעה אויפן אידישן געזעלשאַפטלעכן לעבן[3].
ביאגראפיע
ער איז געווען א מגיד שיעור ("ראש ישיבה") אין פּיאָנטניצע, א שטעטל ביי לאמזשע[4].
ער איז געווען דער חפץ חיימ’ס שוואָגער, און איז אומגעקומען אין לאַגער פון זאַמבראָוו אין יאַנואַר 1943[5].
דער נייער בית־עלמין אין מאַלטש (בריסקער גובערניע) איז באַנייט געוואָרן אין יאָר 1914, פאַר ראש־השנה, שוין אין דער צייט פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. די ערשטע „קבורה“ איז געווען פון די ייִדישע „שמות“. מען האָט צונויפגעקליבן די צעריסענע ספרים און אָפּגענוצטע סידורים און מחזורים פון שטאָט און איינגעפּאַקט אין פיר קאַסטנס. מען האָט געמאַכט אַ לוויה און זיי מקבר געווען אין אַלע 4 ווינקלען פון בית־עולם. דער רב ר’ דוד־טעבל דיינאָווסקי האָט געהאַלטן אַ רירנדיקן הספּד אין גרויסן בית־המדרש און גאַנץ שטאָט האָט ביטער געוויינט[6].
אין די 1920ער יארן[אויסקלארונג פארלאנגט] איז רב דוד־טעבל געבראכט געווארן קיין מאַלטש פאר ממלא-מקום פון רבי שמעון שקאפ. אין אַ שיינעם זומער־טאָג האָט דאָס גאַנצע שטעטל אַרויסגעגאַנגען מקבל־פּנים זיין דעם רב אויף ווינאַדער וועג. געקומען איז ער מיט אַ היפּשער משפחה – 7 קינדער – 4 זין און 3 טעכטער: ישראל, משה־מרדכי, שמואל־לייזער און שמחה, ברכה, נחמה און כאַשע.
ר’ דוד־טעבל האָט זיך אַריינגעצויגן צו פראַדלען אין הויז.
ווען דער נייער רב איז אָנגעקומען איז די ישיבה געוועזן אָפּגעשוואַכט אָבער עס האָט לאַנג נישט געדויערט. דורך זיין השתדלות איז פון דער באַרימטער סלאָבאָדקער ישיבה אָנגעקומען אַ גרויסע צאָל בחורים, קאַרפּנקעפּ, גרויסע לומדים, צווישן זיי ר’ שלמה (וואָס איז אינגיכן געוואָרן זיין איידעם). אויך איז געקומען אַ גרעסערע גרופּע זיינע תלמידים פון פּיאָנטניצע. די ישיבה האָט באַקומען איר פריִערדיקן גלאַנץ. עס איז איינגעפירט געוואָרן אַ נייס — מען האָט אָנגעהויבן לערנען „מוסר“ ווי עס איז געווען די פירוננ אין סלאָבאָדקע.
דער רב איז געווען אַ גרויסער גאון און אַ חריף. ער פלעגט קענען דעם גאַנצן זמן זאָגן דעם „שיעור“ אויף איין עמוד פון דער גמרא. 2 מאָל אין וואָך האָט ער געהאַט זיין „שיעור“ און אין דעם איינציקן עמוד פלעגט ער אַריינטייטשן דעם תמצית פון דער גאַנצער מסכתא.
זיין בית־דין־צימער (אַ היפּשער סאַלאָן) איז געווען אַ ריזיקע ביבליאָטעק אָנגעפּאַקט מיט ספרים. אַלע ווענט — פון פּאָל ביזן סופיט — פּאָליצעס מיט ספרים. געוועזן איז ער אויך אַ גרויסער משכיל, גוט געקענט העברעיִש. טאָג און נאַכט איז ער געזעסן איבער אַ ספר. עס ווערט פון אים דערציילט אַזאַ מין עפּיזאָד:
אין איינער אַ ווינטערדיקער פראָסטיקער נאַכט, גאָר שפּעט, איז געגאַנגען אַ פּאַוולאָוויטשער פּוי־ ער פון פּרוזשענע און איז פאַרפרוירן געוואָרן. איז אַלע הייזער איז שוין געוועזן פינצטער, נאָר ביים רב האָט זיך געלויכטן (ער האָט שוין דעמאָלט געוואוינט ביי ברוך דעם פּאָטשטער אין דער נייער גרויסער שטוב). דער גוי האָט געקלאַפּט מיטן קאָפ אין טיר, מיט די פאַרפרוירענע הענט האָט ער שוין נישט געקענט רירן. דער רב האָט אים געעפנט און מען האָט אים אָפּגעראַטעוועט.
אין דער ישיבה איז גאָר גיך באַקאַנט געוואָרן די פּערזאָן פון ר’ שלמהן, וואָס איז געוואָרן דעם רבס איידעם. ער איז געוואָרן אַ מיטפירער אין דער ישיבה, אויך געזאָגט אַ „שיעור“ 2 מאָל אַ וואָך, אַזוי, אַז די מאַלטשער ישיבה האָט געהאַט 2 ראשי־ישיבות, חוץ דעם משגיח, וועלכער פלעגט פון צייט צו צייט זאָגן „מוסר“.
די ישיבה האָט עקסיסטירט ביז יולי 1914, ווען עס איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה, די תלמידים זענען צוליב דער מלחמה זיך צעפאָרן אין זייערע היימען. פאַרן אָנקומען פון די דייטשן איז דעם רבס משפּחה אַוועק קיין מינסק. געבליבן איז נאָר דער רב און די רביצין. דעם רבס זעלטענער ספרים־אוצר איז פאַרניכטעט געוואָרן. נאָך דער מלחמה, שוין אין דער צייט פון דער נייער פּוילישער הערשאַפט אין 1924, האָט ר’ דוד־טעבל צוריק פאַרנומען דעם כסא־הרבנות אין פּיאָנטניצע, ביי לאָמזשע.
דער גראָדנער רב מעיון, וואָס איז דאָ געווען פון ישראל, האָט מיר דערציילט, אַז הרב רב דוד־טעבל דיינאָווסקי איז אומגעקומען על־קידוש־השם צוזאַמען מיט זיין עדה[7].