דרעפט:רבי דוד טעביל דיינאווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי דוד טעוול דיינאָווסקי (תרכ"ה–תש"ג) איז געווען דער לעצטער רב אין פּיאָנטניצע (Piątnica), ביי לאָמזשע. ער איז געווען דורכגעדרונגען מיטן מוסר־גייסט פון ליטווישע ישיבות. ער האָט געהאַט אַ ליבשאַפט צו אידן בכלל און זיך באַמיט צו משפּיע זיין אויף זיי מיטן רוח התורה והמצוות[1]. ר' טעוועלע איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע פּערזענלעכקייט, אַ הדרת־פּנים, א גרויסער למדן. מיט גרויס כבוד און ליבשאַפט האָט מען זיך צום רב באַצויגן[2].

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין ווילקי (קאוונער גובערניע)[3] אין יאר תרכ"ה צו ר' אלחנן[4]. ר' דוד איז געווען א תלמיד פון חפץ חיים, און אויך זיין פלימעניק; ער איז געווען א שוואגער מיט'ן חפץ חיים'ס זון, רבי ארי' לייב הכהן פופקא.

אין תרמ"ו איז ער געווארן אויפגענומען אלס דומ"ץ אין ווילקי און אין תרנ"ג איז ער געווארן א מגיד שיעור ("ראש ישיבה") אין פּיאָנטניצע, א שטעטל ביי לאמזשע[4][5].

אין תרס"ז איז ר' דוד־טעבל געווארן אויפגענומען אלס רב אין מאַלטש (Malech; גראדנער גובערניע, היינט אין בעלארוס) אלס ממלא-מקום פון רבי שמעון שקאפ. ער איז אהינגעקומען מיט א פאמיליע פון 7 קינדער. דער ארטיגער ישיבה איז דאן געווען אפּגעשוואכט אבער דורך זיין השתדלות איז פון דער סלאבאדקער ישיבה אנגעקומען א גרויסע צאל בחורים, קאַרפּנקעפּ, גרויסע לומדים, צווישן זיי ר’ שלמה (וואס איז אינגיכן געווארן זיין איידעם), און רבי יעקב קאמינעצקי[6]. אויך איז געקומען א גרעסערע גרופּע זיינע תלמידים פון פּיאָנטניצע. מען האט אנגעהויבן לערנען "מוסר" ווי אין סלאבאדקע[7].

ר' דוד איז געווען א גרויסער גאון און א חריף. ער פלעגט קענען דעם גאנצן זמן זאגן דעם שיעור, וועלכע ער האט פארגעלערנט 2 מאל אין וואך, אויף איין עמוד פון דער גמרא, און אין דעם פלעגט ער אריינטייטשן דעם תמצית פון דער גאנצער מסכתא. זיין בית־דין־צימער (אַ היפּשער סאַלאָן) איז געווען א ריזיגע ביבליאטעק אנגעפּאקט מיט ספרים. ער איז אויך געווען א גרויסער משכיל, גוט געקענט לשון־קודש. טאג און נאכט איז ער געזעסן און געלערנט[7].

אין דער ישיבה איז גאָר גיך באַקאַנט געוואָרן די פּערזאָן פון ר’ שלמהן, וואָס איז געוואָרן דעם רבס איידעם. ער איז געוואָרן אַ מיטפירער אין דער ישיבה, אויך געזאָגט אַ „שיעור“ 2 מאָל אַ וואָך, אַזוי, אַז די מאַלטשער ישיבה האָט געהאַט 2 ראשי־ישיבות, חוץ דעם משגיח, וועלכער פלעגט פון צייט צו צייט זאָגן „מוסר“[7].

אין יאָר 1909 איז געווען א פאל פון לייגן איינעם אין חרם. געווען אין מאלטש א איד יאַנקל טענענבוים, וועלכער פלעגט אומלעגאל אריבערפירן עמיגראנטן איבער דער גרעניץ קיין אמעריקע. פאר דעם צוועק האט הערשל מאַטלאָווסקי געהאַט אַ ספּעציעלע קאַנטאָר. איז צווישן זיי אנגעגאַנגען א מלחמה און עס איז געקומען צו אַ דין־תורה. טענענבוים האט אבער נישט אויסגעפאלגט דעם פּסק־דין פון דעם רב רבי דוד־טעבלי, דערביי זיך נאך אויסגעדריקט מיט א גרויסע באַליידיגונג קעגן רב און קעגן שולחן־ערוך און ר' טעבל האט אים געלייגט אין חרם. די שטאט האט דעם מוחרם באיקאטירט, נישט געהאט קיין שום מגע ומשא מיט דער דאזיגער משפחה. קהל'ס אויפפירונג האט טאקע געצוואונגען דעם בעל־דבר זיך אונטערצוגעבן. ער איז געקומען בהכנעה צום רב, געבעטן מחילה און דער חרם איז פון אים אַראָפּגענומען געוואָרן. קורץ נאָכדעם איז ער אַוועקגעפארן קיין אמעריקע[8].

די ישיבה האָט עקזיסטירט ביז אב תרע"ד, ווען עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט־מלחמה, די תלמידים זענען צוליב דער מלחמה זיך צעפאָרן אין זייערע היימען. פאַרן אָנקומען פון די דייטשן איז דעם רב'ס משפּחה אַוועק קיין מינסק. געבליבן איז נאָר דער רב און די רביצין. דעם רבס זעלטענער ספרים־אוצר איז פאַרניכטעט געוואָרן.

סוף תרע"ד, שוין אין דער צייט פון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז אין מאַלטש באנייט געווארן א נייער בית־עלמין. די ערשטע קבורה איז געווען פון די "שמות". מען האט צונויפגעקליבן די צעריסענע ספרים און אפּגענוצטע סידורים און מחזורים פון שטאט און איינגעפּאקט אין פיר קאסטנס. מען האט געמאכט א לוויה און זיי מקבר געווען אין אַלע 4 ווינקלען פון בית־עולם. דער רב ר’ דוד־טעבל האט געהאלטן א רירנדן הספּד אין גרויסן בית־המדרש און דער גאנצער שטאט האט ביטער געוויינט[7].

בעת דער מלחמה, ווען די דייטשן האבן זיך דערנענטערט צו מאַלטש איז פּונקט אויסגעפאַלן פרייטאג און מען האָט געדארפט אנטלויפן. איז מען געגאנגען צום רב, ווייל עס האט זיך געהאנדלט וועגן חילול־שבת. האט דער רב געזאגט אז מען טאר זיך נישט רירן פון ארט, ווייל מען וועט מחלל־שבת זיין. האט זיין איידעם ר' שלמה, וועלכער איז שוין געווען אביסל מער א מאדערנער, זיך איינגעקויפט א פערד און וועגעלע און האט דער ערשטער איינגעשפּאנט און האט אויסגעשריגן: "פארט! ווען די סכנה איז גרויס איז עס דוחק שבת" און אידן האבן זיך געלאזט אין וועג אריין קיין קאַרטוז־בערעזע[2].

נאָך דער מלחמה, שוין אין דער צייט פון דער נייער פּוילישער הערשאַפט אין 1924, האָט ר’ דוד־טעבל צוריק פאַרנומען דעם כסא־הרבנות אין פּיאָנטניצע, ביי לאָמזשע[7].

ער איז געווען, ווי אַלע מוסר’ניקעס, אַ קעגנער פון ציוניזם. עולים קיין א“י זיינען ביי אים געווען פאַררעכנט ווי געצנדינער. פאַרן חורבן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ ספר מיטן נאָמען „לקראת צמא“ (קעגן דורשטיקן). ער האָט דאָס וואָרט „צמא“ געמאַכט פאַר אַ ראשי תיבות: ציוניסטן, מזרחיסטן, אגודייסטן. אין דעם ספר איז הרב דיינאָווסקי קעגן אַלע פּאַרטייען, נאָר דער בית מדרש און די תורה איז גוט פאַר אידן. ווען אין א“י האָבן אויסגעבראָכן אומרוען, האָט ער געדרשנט אין זיין בית מדרש, אַז אידן דאַרפן זיין ווי אַ וואָרעם (תולעת), וועלן זיי נישט האָבן וואָס מורא צו האָבן (באַציענדיק זיך אויפן פּסוק אין ישעיהו: אל תיראי תולעת יעקב). ווען זיי וועלן אָבער אויפהייבן דעם קאָפּ, פאָדערנדי אַ אידישע מדינה, וועלן די אַראַבער זיי צעטרעטן. פונדעסטוועגן האָבן די ציוניסטן, און באַזונדערס די ציוניסטישע יוגנט, געהאַט די הויפּט השפּעה אויפן אידישן געזעלשאַפטלעכן לעבן[1].

ר' דוד־טעבל דיינאָווסקי איז אומגעקומען על־קידוש־השם צוזאַמען מיט זיין עדה[7], אין לאַגער פון זאַמבראָוו אין יאַנואַר 1943[9]

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 רעדאקטאר, ה. סאבאטקא, תרגום: יעקב קאָפּל ברוכאַנסקי, לאָמזשע: איר אויפקום און אונטערגאַנג, 1957, עמ' 271
  2. ארויפשפרינגען קיין: 2.0 2.1 משה פרידמאן, פנקס מחמש קהילות חרבות, פרוזשענע, בערעזע, מאלטש, שערשעוו, סעלץ, עמ' 762
  3. בערל כהן, יידישע שטעט, שטעטלעך און דארפישע ישובים אין ליטע ביז 1918, תשנ"א
  4. ארויפשפרינגען קיין: 4.0 4.1 שמואל נח גאטליב, אהלי שם, פינסק, תרע"ב, עמ' 114
  5. לאמזשע: 60
  6. חודש זשורנאל, דאס אידישע ווארט - 260, 260
  7. ארויפשפרינגען קיין: 7.0 7.1 7.2 7.3 7.4 7.5 שמואל עפּעלבוים, פנקס מחמש קהילות חרבות, 1958, עמ' 470-474
  8. עפלבוים: 484
  9. לאמזשע: 270

קובץ, אהל תורה <ברנוביץ> - ג, ג קופלמאן, קלמן אליהו בן שמואל צבי, ברית אליהו קוק, אברהם יצחק בן שלמה זלמן הכהן - שפירא, ישעיהו, ארץ חפץ (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) קוק, אברהם יצחק בן שלמה זלמן הכהן - אבינר, שלמה חיים הכהן, אורות - אורות התחיה ג - מבואר, אורות התחיה ג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) לוין, יצחק משה בן יעקב קופל, אגרת ישרים (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) קובץ ישיבת מרכז הרב, ניצני ארץ - יא, יא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)