דרעפט:רבי דוד טעביל דיינאווסקי

ווערסיע פון 19:30, 28 יאנואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי דוד טעוול דיינאָווסקי איז געווען דער לעצטער רב אין פּיאָנטניצע. ער איז געווען דורכגעדרונגען מיטן מוסר־גייסט פון ליטווישע ישיבות. ער האָט געהאַט אַ ליבשאַפט צו אידן בכלל און זיך באַמיט צו משפּיע זיין אויף זיי מיטן רוח התורה והמצוות.

ער איז געווען, ווי אַלע מוסר’ניקעס, אַ קעגנער פון ציוניזם. עולים קיין א“י זיינען ביי אים געווען פאַררעכנט ווי געצנדינער. פאַרן חורבן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ ספר מיטן נאָמען „לקראת צמא“ (קעגן דורשטיקן). ער האָט דאָס וואָרט „צמא“ געמאַכט פאַר אַ ראשי תיבות : ציוניסטן, מזרחיסטן, אגודייסטן. אין דעם ספר איז הרב דיינאָווסקי קעגן אַלע פּאַרטייען, נאָר דער בית מדרש און די תורה איז גוט פאַר אידן. ווען אין א“י האָבן אויסגעבראָכן אומרוען, האָט ער געדרשנט אין זיין בית מדרש, אַז אידן דאַרפן זיין ווי אַ וואָרעם (תולעת), וועלן זיי נישט האָבן וואָס מורא צו האָבן (באַציענדיק זיך אויפן פּסוק אין ישעיהו: אל תיראי תולעת יעקב). ווען זיי וועלן אָבער אויפהייבן דעם קאָפּ, פאָדערנדי אַ אידישע מדינה, וועלן די אַראַבער זיי צעטרעטן. פונדעסטוועגן האָבן די ציוניסטן, און באַזונדערס די ציוניסטישע יוגנט, געהאַט די הויפּט השפּעה אויפן אידישן געזעלשאַפטלעכן לעבן.