איביס
| איביס | ||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
| Genera | ||||||||||||||
|
די איביס (פון לאטייניש ibis, פון גריכיש ἶβις, פון מצריש) זענען א סוב-פאמיליע פון בערך 26 זגאלן שפאצירנדע[אויסקלארונג פארלאנגט] פויגלען מיט לאנגע פיס און לאנגע שנאבלען פון די פאמיליע Threskiornithidae, וועלכע רעכנט אויך אריין די לעפלער (העב'). איביסן זענען צווישן 55 און 75 צענטימעטער (22 ביז 30 אינטשעס) לאנג.
זיי געפונען זיך אין אלע ווארעמע ערטער אויסער אויף דרום פּאציפישע אינזלען. זייערע שנאבלען בייגן זיך אויף אראפ, און זיי עסן געווענליך אין קליינע גרופעס, זוכנדיג אין בלאטע פאר די מאלוסקן, ווערעם און אינזעקטן אויף וואס זיי שפייזן זיך.
זיי פליען מיט האלז און פיס אויסגעשטרעקט. איביסן האָדעווען זיך געווענליך אין גרויסע קאלאניעס. זיי בויען קאמפאקטע נעסטן נידעריג אין בושן אדער ביימער און לייגן דריי ביז פינף אייער, געווענליך מאַט-ווייסע אדער געשפּרענקלט מיט ברוין. ארום 21 טעג נאכ'ן לייגן די אייער, קומען ארויס 2-3 ליכטיג-גרויע פויגלען.
לויט א לעגענדע פון א געוויסע פאלק אין טערקיי, איז די איביס געווען איינע פון די ערשטע פייגל וואס נח האט ארויסגעלאזט פון דער תיבה.
לויט יוסף בן מתתיהו, האט זיך משה רבינו באנוצט מיט איביסן כדי צו באזיגן די מענטשן פון עטיאפיע[1].
זגאלן
די ברוינע איביס (Plegadis falcinellus) און זיין נאנטן קרוב די ווייס-געזיכטיגע איביס (P. chihi) זענען קליין פארמען מיט טונקל-רויטליך-ברוינע און גלאנציגעפּורפּליכע פעדערן. אלס א גרופע געפינט מען זיי איבער די ווארעמערע ראיאנען פון דער וועלט, אריינגערעכנט ארץ ישראל.
די האַדאַדאַ איביס, אדער האַגעדאַש (Hagedashia hagedash), פון אפריקע, איז אַ גרינליכע איביס באוואוסט פאר זיין הויכע רופן.
די שטרוי-האלז איביס (Threskiornis spinicollis) איז אומבאקאנט אויסער אויסטראליע. עס איז ווייניגער אקוואטיש ווי די אנדערע זגאלן. זיין הויפּט עסנווארג איז היישעריקן.
דער הערמיט איביס (Geronticus eremita), איז א זגאל אין סכנה, און באוואוינט צפון אפריקע און די מיטל מזרח. זיין שנאבל און די נאקעטע הויט אויפן קאפ, זענען רויטליך. בראטנדע קאלאניעס האבן אמאל עקזיסטירט אין צענטראל- און דרום-אייראפע, סיריע און אלזשיר אבער זענען איצט באקאנט בלויז אין טערקיי און מאראקא.
די יאפּאנעזע, אדער קרעסטעד, איביס (Nipponia nippon) איז ווייס מיט א רויטן פּנים. עס איז א זגאל אין סכנה, און איז געווען באטראכט צו זיין אויף דער גרעניץ פון אויסשטארבונג אין די שפּעטע 20סטן יארהונדערט.
די הייליגע איביס (Threskiornis aethiopica), פון דרום אראביע און אפריקע דרום פון דער סאהארא און אמאל פון עגיפּטן, איז געווען פארשמייליגט ביי די אלטע עגיפּטער. עס איז בערך 75 צענטימעטער (30 אינטשעס) לאנג, ווייס מיט שווארץ אין אירע פליגלען, און האט טונקעלע פעדערן אויף די אונטערשטע חלק רוקן און א נאקעטן שווארצן קאפּ און האלז.
די סקאַרלעט איביס (Eudocimus ruber) באוואוינט צפון'דיגער דרום-אמעריקע, און די ווייסע איביס (E. albus) איז אויסגעשפרייט אין צענטראל און צפון אמעריקע.
דרויסנדיגע לינקס
- San Diego Zoo Animals and Plants - Ibis
- Animal Corner - Sacred Ibis Bird
- United Parks and Resorts - Ibises
רעפערענצן
- ↑ How Moses made war with the Ethiopians, קדמוניות היהודים, בוך 2, קאפיטל 10 (ענגליש).