איביס
איביס | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
![]() | ||||||||||||||
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
Genera | ||||||||||||||
|
די איביס (פון לאטייניש ibis, פון גריכיש ἶβις, פון מצריש; העברעאיש: מגלן) זענען א סוב-פאמיליע שפאצירנדע[אויסקלארונג פארלאנגט] פויגלען מיט לאנגע פיס און לאנגע שנאבלען פון די פאמיליע Threskiornithidae, וועלכע רעכנט אויך אריין די לעפלער (העב'). איביסן זענען צווישן 55 און 75 צענטימעטער (22 ביז 30 אינטשעס) לאנג.
זיי געפונען זיך אין אלע ווארעמע ערטער אויסער אויף דרום פּאציפישע אינזלען. זייערע שנאבלען בייגן זיך אויף אראפ, און זיי עסן געווענליך אין קליינע גרופעס, זוכנדיג אין בלאטע פאר די מאלוסקן, ווערעם און אינזעקטן אויף וואס זיי שפייזן זיך.
זיי פליען מיט האלז און פיס אויסגעשטרעקט. איביסן האָדעווען זיך געווענליך אין גרויסע קאלאניעס. זיי בויען קאמפאקטע נעסטן נידעריג אין בושן אדער ביימער און לייגן דריי ביז פינף אייער, געווענליך מאַט-ווייסע אדער געשפּרענקלט מיט ברוין. ארום 21 טעג נאכ'ן לייגן די אייער, קומען ארויס 2-3 ליכטיג-גרויע פויגלען.
סארטן
די איביס האט אונטער זיך אונגעפער 26 זגאלן. צווישן זיי:
די ברוינע איביס (Plegadis falcinellus) און זיין נאנטן קרוב די ווייס-געזיכטיגע איביס (P. chihi) זענען קליין פארמען מיט טונקל-רויטליך-ברוינע און גלאנציגעפּורפּליכע פעדערן. אלס א גרופע געפינט מען זיי איבער די ווארעמערע ראיאנען פון דער וועלט, אריינגערעכנט ארץ ישראל.
די האַדאַדאַ איביס, אדער האַגעדאַש (Hagedashia hagedash), פון אפריקע, איז אַ גרינליכע איביס באוואוסט פאר זיין הויכע רופן.
די שטרוי-האלז איביס (Threskiornis spinicollis) איז אומבאקאנט אויסער אויסטראליע. עס איז ווייניגער אקוואטיש ווי די אנדערע זגאלן. זיין הויפּט עסנווארג איז היישעריקן.
דער הערמיט איביס (Geronticus eremita), איז א זגאל אין סכנה, און באוואוינט צפון אפריקע און די מיטל מזרח. זיין שנאבל און די נאקעטע הויט אויפן קאפ, זענען רויטליך. בראטנדע קאלאניעס האבן אמאל עקזיסטירט אין צענטראל- און דרום-אייראפע, סיריע און אלזשיר אבער זענען איצט באקאנט בלויז אין טערקיי און מאראקא.
די יאפּאנעזע, אדער קרעסטעד, איביס (Nipponia nippon) איז ווייס מיט א רויטן פּנים. עס איז א זגאל אין סכנה, און איז געווען באטראכט צו זיין אויף דער גרעניץ פון אויסשטארבונג אין די שפּעטע 20סטן יארהונדערט.
די הייליגע איביס (Threskiornis aethiopica), פון דרום אראביע און אפריקע דרום פון דער סאהארא און אמאל פון עגיפּטן, איז געווען פארשמייליגט ביי די אלטע עגיפּטער. עס איז בערך 75 צענטימעטער (30 אינטשעס) לאנג, ווייס מיט שווארץ אין אירע פליגלען, און האט טונקעלע פעדערן אויף די אונטערשטע חלק רוקן און א נאקעטן שווארצן קאפּ און האלז.
די סקאַרלעט איביס (Eudocimus ruber) באוואוינט צפון'דיגער דרום-אמעריקע, און די ווייסע איביס (E. albus) איז אויסגעשפרייט אין צענטראל און צפון אמעריקע.
אין קולטור
דער אפריקאנער הייליגער איביס איז געווען אן אביעקט פאר עבודה זרה אין מצרים[1], ספעציפיש פארבונדן מיט טאט, דער אפגאט פון שרייבן און מאטעמאטיק. אין קונסטווערק אין די שפעטערע תקופות פון אלטערטימליך עגיפטן, ווערט טאט אפט פארצייכנט אלס א שרייבנדיגער מאן מיט א איביס' קאפ[2]. אנאליזן אויף מומיעס פון איביסן דייטן אן אז די מצרים האבן געפאנגען די פייגל פון דעם ווילדערניש, און זיי נישט געהאדעוועט[3]. אין שטאט העמאפאליס זענען איביסן געהאדעוועט געווארן ספעציפיש פאר קרבנות צוועקן, און אין דער איביס גאלעריע אין סאקארא האבן ארכעאלאגן געפונען מומיעס פון אנדערטהאלבן מיליאן איביסן[4]. דער הייליגער איביס איז די איינהייט סימבאל פון די ספעציעלע קרעפטן פון מדינת ישראל, באקאנט אלס איינהייט 212 אדער מַגְלָן.
לויט א לאקאלער לעגענדע אין דער בירעקיק געגנט אין טערקיי, איז דער גלאטער-גענאק איביס געווען דער ערשטער פויגל אין וואס נח האט ארויסגעשיקט פון דער תיבה אלס סימבאל פון פרוכטבארקייט[5], און א רעליגיעזע סענטימענט אין טערקיי האט געהאלפן די איביס פארבלייבן דארט לאנג נאך זיי זענען פארשוואונדן געווארן פן אייראפע[6][7].
לויט יוסף בן מתתיהו, האט זיך משה רבינו באנוצט מיט איביסן כדי צו באזיגן די עטיאפיאנער[8]. דער געשיכטע ווערט אויך געברענגט אין ספר הישר און אין נאך מקורות[9].
לויט א לעגענדע איז דער איביס דער לעצטער באשעפעניש זיך צו באהאלטן איידער א שטורעם קומט, און דער ערשטער ארויסצוקומען ווען עס איז פאריבער. אן אמעריקאנער ווייסער איביס איז צוליב דער לעגענדע אויסגעקליבן געווארן אלס דער סימבאל פון די אוניווערזיטעט פון מיאמי[10]. הארווארד אוניווערזיטעט'ס הומאר מאגאזין, Harvard Lampoon, נוצט דער איביס אלס סימבאל; א קופערנע סטאטוע פון אן איביס שטייט אויפ'ן דאך פון דער הארווארד לאמפון געביידע.
דער אויסטראלישער ווייסער איביס איז געווארן א פאקוס אין קונסט און אין קולטור, נאכ'ן זיך אדאפטירן צו די שטאטישער לעבנסשטייגער אין די לעצטערער יארן, און עס האט באקומען פאפולערע צונעמען[11]. אין דעצעמבער 2017 איז דער איביס אריינגעקומען צווייט אין "פויגל פון דער יאר" אנקעטע דורך Guardian Australia[12][13].
דרויסנדיגע לינקס
- San Diego Zoo Animals and Plants - Ibis
- Animal Corner - Sacred Ibis Bird
- United Parks and Resorts - Ibises
רעפערענצן
- ↑ Ceram, C. W. (1967). Gods, Graves, and Scholars: The Story of Archaeology. Translated by Garside, E. B.; Wilkins, Sophie (2nd ed.). New York: Alfred A. Knopf. p. 207.
- ↑ Birmingham Museum of Art (2010). Birmingham Museum of Art : guide to the collection. Birmingham Museum of Art. p. 65. ISBN 978-1-904832-77-5.
- ↑ Wasef, Sally; Subramanian, Sankar; O’Rorke, Richard; Huynen, Leon; El-Marghani, Samia; Curtis, Caitlin; Popinga, Alex; Holland, Barbara; Ikram, Salima; Millar, Craig; Willerslev, Eske; Lambert, David (2019). "Mitogenomic diversity in Sacred Ibis Mummies sheds light on early Egyptian practices". PLOS ONE. 14 (11): e0223964. Bibcode:2019PLoSO..1423964W. doi:10.1371/journal.pone.0223964. PMC 6853290. PMID 31721774.
- ↑ Fleming, Furgus; Alan Lothian (1997) The Way to Eternity: Egyptian Myth. Amsterdam: Time-Life Books. pp. 66–67
- ↑ Shuker, Karl (2003). The Beasts That Hide from Man: Seeking the World's Last Undiscovered Animals. Cosimo. pp. 166–168. ISBN 1-931044-64-3. "Dreams of a feathered Geronticus"
- ↑ Beintema, Nienke. "Saving a charismatic bird" (PDF). AEWA Secretariat. Archived from the original (PDF) on 1 March 2012. Retrieved 11 December 2008.
- ↑ "Ancient Egyptians gathered birds from the wild for sacrifice and mummification: DNA study rejects the idea that Egyptians domesticated sacred ibis for ritual use". ScienceDaily (in ענגליש). Retrieved 2020-01-24.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר ב, פרק י
- ↑ ווי אין: ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ח; תרגום יונתן, במדבר יב, א
- ↑ Sebastian the Ibis. Hurricane sports
- ↑ Denby, Matthew (2020-10-31). "Secrets of the Ibis: The surprising real reason 'bin chickens' took Sydney by storm" (אויף en-AU), Sydney Sentinel (Sydney).
- ↑ "Bin Chickens Are Leading In Australia's Bird Of The Year Vote, And It's Time To Have Your Say", Junkee (21 November 2017).
- ↑ "Magpie edges out white ibis and kookaburra as Australian bird of the year" (אויף en), The Guardian (10 December 2017).