לינוקס
אובונטו (ענגליש: Ubuntu) איז א דיסטרא (סאפטוועיר פעקל) פון דער לינוקס אפערירן סיסטעם באזירט אויף דער דעביאן דיסטרא[1]. ווי אלע לינוקס דיסטריבוציעס, איז עס באזירט אויף אפענער קאוד און באשטייט מערסטנס פון אומזיסטע און אפענע ווייכווארג. אובונטו ווערט אפיציעל פארשפרייט אין דריי אויפלאגעס: דעסקטאפ, סערווער, און Ubuntu Core פאר IoT דעווייסעס און ראבאטן.
| אובונטו 23.10, גערופן "Mantic Minotaur" | |
| פראגראמירער | .Canonical Ltd / אובונטו פונדאציע |
|---|---|
| משפחה | GNU/לינוקס |
| מודל קוד | אפענער קאוד |
די דיסטריבוציע איז געשטעלט צו זיין א פאסיגע אפערירן סיסטעם פאר די געברויכן פונעם דורכשניטליכן שטוב-באניצער, און איינע פון אירע צילן איז אז לינוקס זאל זיין גרינג צום באניץ. עס איז טאקע פון די מערסט-פאפולערע לינוקס דיסטריבוציעס פאר אלגעמיינע באניץ[2]. עס ווערט פארשפרייט ווען דערויף זענען שוין אינסטאלירט פילע פראגראמען, ווי: Mozilla Thunderbird פאר אימעיל, Mozilla Firefox אלס בראוזער, די אפיס-פראגראמען סוויטע LibreOffice, און נאך.
אובונטו ווערט אנטוויקלט און פארשפרייט דורך Canonical, א קאמפאני באזירט אין פאראייניגטע קעניגרייך, מיט א געמיינדע פון אנדערע פראגראמירער[3]. קאנאניקל שטעלט צו זיכערהייט אפדעיטס און אומזיסטע טעכנישע שטיצע, און פארדינט געלט דורך פארקויפן פרימיום סערוויסעס פארבינדן צו אובונטו און דורך נדבות.
די דיסטריבוציע איז אריגינעל מערסטנס אויסגעצאלט געווארן דורך מארק שאטלווארטה, דער דרום אפריקאנער גרינדער פון קאנאניקל, און איז באפרייט געווארן אין אקטאבער 20, 2004. א פרישע ווערסיע קומט ארויס יעדע זעקס חדשים, און א ווערסיע מיט לאנג-טערמיניגע שטיצע (LTS) - יעדע צוויי יאר.
דער נאמען "אובונטו" נעמט זיך פון אן אפריקאנער פילאזאפיע, מיטן באדייט פון מענטשליכקייט און גוטברודערישקייט צו אנדערע.
רעפערענצן
- ↑ Canonical, Debian | Ubuntu, www.ubuntu.com (ענגליש).
- ↑ "Top Five Reasons Why Ubuntu Is the Most Used Linux OS".
- ↑ Canonical, Governance | Ubuntu, www.ubuntu.com (ענגליש).
איר קענט עס פארברייטערן, צו מאכן דערפון א שלימות'דיגע ארטיקל.
עטליכע פשוטע וועגן צו פארבעסערן דעם ארטיקל:
- לייגט צו די אפטיילונגען "צו ליינען מער" און "דרויסנדיגע לינקס", וועלכע זאלן דינען אלס אלטערנאטיווע קוואלן פון אינפארמאציע פאר די ליינער ביז ווען דער שטומף ווערט פארברייטערט, און אויך ארויסהעלפן פאר די שרייבער וועלכע וועלן קומען עס פארברייטערן.
- פארבינדט צו ארטיקלען רעלעוואנט צו די טעמע וואס ווערט באהאנדלט אין דעם שטומף, דאס קען העלפן די ליינער וועלכע וועלן מעגליך דארט טרעפן וואס זיי זוכן.
- העלפט אייך ארויס מיט פארבונדענע בלעטער צו פארברייטערן דעם ארטיקל.