לינוקס
![]() | |
פראגראמירער | געמיינזאם |
---|---|
מודל קוד | אפענער קאוד |
סוג גרעין | מונוליטי |
סוג רישיון | GNU אלגעמיינע פובליק ליצענץ |
מצב עבודה | אקטועל |
אתר אינטרנט | אפיציעלע לינוקס פונדאציע וועבזייטל |
לינוקס איז א קאמפיוטער אפערירן סיסטעם באשאפן אין די פריע 1990ער יארן דורך א פינישן סאפטווער אינזשעניר לינוס טאָרוואַלדס און די פרייע סאפטווער פונדאציע (FSF).
ווען ער איז נאך געווען א סטודענט אין דעם אוניווערזיטעט פון העלסינקי, האט טאָרוואַלדס אנגעהויבן אנטוויקלען לינוקס צו שאפן א סיסטעם ענליך צו MINIX, א UNIX אפערירן סיסטעם. אין 1991 האט ער ארויסגעגעבן ווערסיע 0.02; ווערסיע 1.0 פון דעם לינוקס קערנעל, די הארץ פון דעם אפערירן סיסטעם, איז ארויסגעגעבן געווארן אין 1994. בערך אין דער זעלבער צייט, האט דער אמעריקאנער סאפטווער אנטוויקלער ריטשארד סטאָלמאן און די FSF זיך באמיט צו שאפן אן אפּען-מקור UNIX-ענליכע אפערירן סיסטעם מיטן נאמען GNU. אין קאנטראסט צו טאָרוואַלדס, האבן סטאָלמאן און די FSF אנגעהויבן מיט'ן שאפן ערשט געצייג פאר די אפערירן סיסטעם. די געצייג זענען דאן צוגעלייגט געווארן צו דעם לינוקס קערנעל צו שאפן א פולשטענדיגע סיסטעם גערופן GNU/לינוקס, אדער, ווייניגער גענוי, פשוט לינוקס.
לינוקס איז געוואקסן דורכאויס די 1990ער יארן צוליב די באמיאונגען פון האביאיסט אנטוויקלער. כאטש לינוקס איז נישט אזוי באנוצער-פריינטליך ווי די פאפולערע מייקראסאפט ווינדאוס און מעק OS אפערירן סיסטעמען, איז עס אן עפעקטיווע און פארלעסליכע סיסטעם וואס קראכט זעלטן. קאמבינירט מיט אפאטשי, אן אפען-מקור וועב סערווער, באטרעפט לינוקס דעם גרעסטן טייל פון די סערווערס וואס ווערן באנוצט אויפן אינטערנעט. וויבאלד עס איז אפען-מקור, און אזוי ארום מעגליך צו מאדיפיצירן פאר פארשידענע באנוצונגען, איז לינוקס פאפולער פאר סיסטעמען אזוי פארשידענארטיג ווי צעלולארע טעלעפאנען און סופערקאמפיוטערס.
אנדראיד, גוגל'ס אפערירן סיסטעם פאר מאביל דעווייסעס, האט ביי זיך אין הארץ א מאדיפיצירטן לינוקס קערנעל, און כראם OS, גוגל'ס אפערירן סיסטעם וואס באנוצט דעם כראם בלעטערער, איז אויך באזירט אויף לינוקס. די צולייגונג פון באנוצער-פריינטליכע דעסקטאפ סביבות, אפיס סוויטס, וועב בלעטערערס, און אפילו שפילן האט געהאלפן צו פארמערן לינוקס'ס פאפולעריטעט און עס מאכן מער פאסיג פאר היים און אפיס דעסקטאפס. נייע דיסטריבוציעס (סאפטוועיר פּעקלעך וואס ווערן פארשפרייט אלץ איינס) זענען געשאפן געווארן זינט די 1990ער יארן. טייל פון די מער באקאנטע דיסטריבוציעס שליסן איין MX לינוקס, מאנדזשאראָ, לינוקס מינט, און אובונטו.
אובונטו
אובונטו (ענגליש: Ubuntu) איז א דיסטרא (קורץ פאר "דיסטריבוציע") פון לינוקס באזירט אויף דער דעביאן דיסטרא[1]. ווי אלע לינוקס דיסטריבוציעס, איז עס באזירט אויף אפענער קאוד און באשטייט מערסטנס פון אומזיסטע און אפענע סאפטוועיר. אובונטו ווערט אפיציעל פארשפרייט אין דריי אויפלאגעס: דעסקטאפ, סערווער, און Ubuntu Core פאר IoT דעווייסעס און ראבאטן.
די דיסטריבוציע איז געשטעלט צו זיין א פאסיגע אפערירן סיסטעם פאר די געברויכן פונעם דורכשניטליכן שטוב-באניצער, און איינע פון אירע צילן איז אז לינוקס זאל זיין גרינג צום באניץ. עס איז טאקע פון די מערסט-פאפולערע לינוקס דיסטריבוציעס פאר אלגעמיינע באניץ[2]. עס ווערט פארשפרייט ווען דערויף זענען שוין אינסטאלירט פילע פראגראמען, ווי: Mozilla Thunderbird פאר אימעיל, Mozilla Firefox אלס בראוזער, די אפיס-פראגראמען סוויטע LibreOffice, און נאך.
אובונטו ווערט אנטוויקלט און פארשפרייט דורך Canonical, א קאמפאני באזירט אין די פאראייניגטע קעניגרייך, מיט א געמיינדע פון אנדערע פראגראמירער[3]. קאנאניקל שטעלט צו זיכערהייט אפדעיטס און אומזיסטע טעכנישע שטיצע, און פארדינט געלט דורך פארקויפן פרימיום סערוויסעס פארבינדן צו אובונטו און דורך נדבות.
די דיסטריבוציע איז אריגינעל מערסטנס אויסגעצאלט געווארן דורך מארק שאטלווארטה, דער דרום אפריקאנער גרינדער פון קאנאניקל, און איז באפרייט געווארן אין אקטאבער 20, 2004. א פרישע ווערסיע קומט ארויס יעדע זעקס חדשים, און א ווערסיע מיט לאנג-טערמיניגע שטיצע (LTS) - יעדע צוויי יאר.
דער נאמען "אובונטו" נעמט זיך פון אן אפריקאנער פילאזאפיע, מיטן באדייט פון מענטשליכקייט און גוטברודערישקייט צו אנדערע.
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ Canonical, Debian, אויף Ubuntu.com (ענגליש)
- ↑ "Top Five Reasons Why Ubuntu Is the Most Used Linux OS".
- ↑ Canonical, Project Governance, אויף Ubuntu.com (ענגליש)