איביס
| איביס | ||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
| Genera | ||||||||||||||
|
די איביס (פון לאטייניש ibis, פון גריכיש ἶβις, פון מצריש) זענען א סוב-פאמיליע פון בערך 26 זגאלן שפאצירנדע פויגלען מיט לאנגע פיס און לאנגע שנאבלען פון די פאמיליע Threskiornithidae, וועלכע רעכנט אויך אריין די לעפלער (העב'). איביסן זענען צווישן 55 און 75 צענטימעטער (22 ביז 30 אינטשעס) לאנג.
זיי געפונען זיך אין אלע ווארעמע ערטער אויסער אויף דרום פּאציפישע אינזלען. זייערע שנאבלען בייגן זיך אויף אראפ, און זיי עסן געווענליך אין קליינע גרופעס, זוכנדיג אין בלאטע פאר די מאלוסקן, ווערעם און אינזעקטן אויף וואס זיי שפייזן זיך.
זיי פליען מיט האלז און פיס אויסגעשטרעקט. איביסן האָדעווען זיך געווענליך אין גרויסע קאלאניעס. זיי בויען קאמפאקטע נעסטן נידעריג אין בושן אדער ביימער און לייגן דריי ביז פינף אייער, געווענליך מאַט-ווייסע אדער געשפּרענקלט מיט ברוין. ארום 21 טעג נאכ'ן לייגן די אייער, קומען ארויס 2-3 ליכטיג-גרויע פויגלען.
לויט א לעגענדע פון א געוויסע פאלק אין טערקיי, זענען די איביסן געווען איינע פון די ערשטע פייגל וואס נח האט ארויסגעלאזט פון דער תיבה.
לויט יוסף בן מתתיהו, האט זיך משה רבינו באנוצט מיט איביסן כדי צו באזיגן די מענטשן פון עטיאפיע[1].
דרויסנדיגע לינקס
- San Diego Zoo Animals and Plants - Ibis
- Animal Corner - Sacred Ibis Bird
- United Parks and Resorts - Ibises
רעפערענצן
- ↑ How Moses made war with the Ethiopians, קדמוניות היהודים, בוך 2, קאפיטל 10 (ענגליש).