אבא גלוסקער
אברהם אבא גלוסק (צווייטער העלפט פונעם 18טן יארהונדערט) איז געווען א השכלה-פיאנער. לויט איין מיינונג, איז ער געבוירן געווארן אין גלוסק (לובלינער וואיעוואדעשאפט), און לויט אַן אנדערער, אין שטעטל וואס טראגט דעם זעלבן נאמען אין דער פּראווינץ פון מינסק. ער ווערט אויך אידענטיפיצירט מיטן "גלוסקער מגיד", וועמענס ווערק זענען פארברענט געווארן פאר אפיקורסות אויפן הויף פונעם ווילנער שול. גלוסק, וועלכער האט זיך ערווארבן א ברייטער קענטעניס פון פילאזאפיע און וועלטליכע בילדונג, האט פארלאזט זיין געבורט לאנד צו זוכן פרייע אידעען. נאך א לאנגער צייט, וואס ער האט ארומגעוואנדערט פון שטאט צו שטאט, האט ער דערגרייכט בערלין, וואו ער האט באגעגנט משה מענדלסאן. ער איז אבער גע'רודפ'ט געווארן דורך די לאקאלע ארטאדאקסישע קרייזן און דער הויפט פון דער בערלינער געמיינדע האט געבעטן ביי די מאכטן אים ארויסצואווארפן פון דער שטאט מיטן אויסרייד אז ער האט נישט קיין וואוינרעכט. מענדלסאן, אבער, וועלכער האָט געהאלטן גלוסק פאר א טיפער דענקער, האט אים ערמעגליכט צו בלייבן. גלוסק איז שפעטער געפארן קיין דייטשלאנד, האלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד איידער ער איז צוריק אהיים. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער פּאעט אלבערט פון טשאַמיסאָ האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (1832).
ביבליאגראפיע
- סטאַניסלאַווסקי, אין: וואָשאָד, 12 (1887), 122-8
- הכרמל (1871), 234-5
- א. קאהוט, מענדלסאן און זיין פאמיליע (1886), 51—53 (דייטש)