אבא גלוסקער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אברהם אבא גלוסקער[א] (הלוסקער; צווייטער העלפט פונעם 18טן יארהונדערט), אויך באקאנט אלס דער "הלוסקער מגיד", איז געווען א פריע השכלה-פיגור, וועלכע איז באקאנט געווען פאר'ן ווערן גע'רודפ'ט דורך פרומע קהילות. ער איז געווען באפריינדעט מיט משה מענדלסאן. ער איז געשטעלט געווארן אויפ'ן קונע פונעם שול אין ווילנע, און פארשיקט געווארן פון שטאט מיט שאנדע.

ביאגראפיע

גלוסקער האט געדינט אלס א מגיד, אבער אין זיינע דרשות האט ער גערעדט אפיקורסות וועלכער האט געברענגט אז מ'זאל אים פארטרייבן פון שטאט צו שטאט. נאכן ארומוואנדערן א לאנגער צייט איז ער אנגעקומען קיין בערלין, וואו ער האט באגעגנט משה מענדלסאן. ער איז אבער גע'רודפ'ט געווארן דורך די לאקאלע ארטאדאקסישע קרייזן, און דער הויפט פון דער בערלינער געמיינדע האט פארלאנגט ביי די אויטאריטעטן אים ארויסצואווארפן פון שטאט מיטן אויסרייד אז ער האט נישט קיין וואוינרעכט. מענדלסאן, אבער, וועלכער האט געהאלטן גלוסק פאר א טיפער דענקער, האט אים ערמעגליכט צו בלייבן.

רבי יעקב עמדין האט, לויט געוויסע, מרמז געווען אויף גלוסק אין א בריוו צו מענדלסאן פון תקל"ב שרייבנדיג: "רבו המתלוננים על מעלתו שמגדל כלב רע בתוך ביתו". מאיר לעטעריס ציטירט א פּאַראָדיע, וואס אבא זאל האבן אימפּראָוויזירט ווען ער איז אראפּגעווארפן געווארן די טרעפּ דורך יעב"ץ אין אַלטאָנע[3].

נאכן הערן איבער די חכמה פונעם ווילנער גאון, איז גלוסקער געגאנגען אים באזוכן. אינעם שמועס האט ער זיך ארויסגעכאפט א פראזע, אז דער גרויסער מפרש רש"י פלעגט נישט שטענדיג אויסטייטשן דעם פסוק לויט'ן פשט, און אויך די בעלי-המדרש זענען נישט אויסן געווען אויסצוטייטשן לויט דקדוק. דער גאון האט תיכף אפגעהאקט דעם שמועס, און געהייסן אים געבן מלקות און שטעלן אין די קונע ביז נאך מנחה, ווען דער ציבור האט אים אנגעשפיגן און פארשריגן אלס פושע ישראל. דערנאך האט מען אים פארטריבן פון שטאט[4].

לויט געוויסע באריכטן זענען זיינע דרייצן חיבורים, וועלכע זענען געווען גרייט צו ארויסגעבן, אויך פארברענט געווארן אויפן הויף פונעם ווילנער שול. ווארשיינליך וואלט ער אליין אויך שלעכט אפגעקומען ווען נישט א געוויסער רב איז אים געקומען צו הילף, מעגליך אז דאס איז געווען דער ווילנער גאון[5].

גלוסקער איז שפעטער געפארן קיין דייטשלאנד, האלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד איידער ער איז צוריק אהיים. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער פּאעט אַדעלבערט פון שאַמיסאָ (Chamisso) האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (1832).

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. עס זענען די חילוקי דעות לגבי פון וועלכע גלוסק ער איז געקומען, צי דער פון דער לובלינער וואיעוואדעשאפט[1], אדער דער האלוסק פון דער מינסקער גובערניע[2].
  1. אנאנימער שרייבער אין הכרמל ט (סיון תרל"ב), 462
  2. ישראל יעקב דינסטג, "האם התנגד הגר"א למשנתו הפילוסופית של הרמב"ם?", תלפיות ד [א-ב], תש"ט, עמ' 266 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  3. מאיר לעטעריס, הצופה להמגיד, המגיד, שנה כא, נו' 7, פעברואר 14, 1877
  4. גלוסקער'ס בריוו צו מענדלסאן, ציטירט אין עליות אליהו, ווילנע, תרל"ד, עמ' 47—50, אין דער אנמערקונג פון ר' יעקב צבי פון מעקלענבורג.
  5. הכרמל תרל"ב נו' 5; געברענגט פון שאמיסא'ס ליד; און לויט עדות פון יהושע זעליג זאלקינד וואס ער האט געזען אלס קינד