דרעפט:יצחק מאיר לעווין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב איטשע מאיר לעווין
הרב יצחק מאיר לעווין, תשי"ב
הרב יצחק מאיר לעווין, תשי"ב
געבורט ט' טבת ה'תרנ"ד
גער, רוסישער אימפעריע
פטירה אויגוסט 7, 1971 (אלט: 77)
ט"ז אב ה'תשל"א
ירושלים
תאריך עלייה 1940
באגרעבעניש ארט אידישע בית עולם פון הר הזיתים
פראקציע אגודת ישראל, החזית הדתית המאוחדת, חזית דתית תורתית אגודת ישראל - פועלי אגודת ישראל
1'טער שר הסעד
מאי 15, 1948סעפטעמבער 18, 1952
פרעמיער מיניסטער דוד בן-גוריון
חיים משה שפירא ←
כנסת דעפוטאט
פעברואר 14, 1949אויגוסט 7, 1971
כנסות מועצת המדינה הזמנית, 1 – 7
תפקידים בולטים
  • פאָרזיצער פון וועלט אגודת ישראל

הרב יצחק מאיר הכהן לעווין (תרנ"ד–תשל"א) איז געווען דער פירער פון דער אגודת ישראל באוועגונג, און א כנסת דעפוטאט. ער איז געווען א גערער אייניקל און איידעם.

ביאגראפיע

איטשע מאיר איז געבוירן געווארן אין גער, פּוילן, י"ט טבת תרנ"ד (1894), צו רבי חנוך צבי הכהן לעווין, רב אין קהלת בענדין אין פוילן, און צו פייגא, טאכטער ​​פון גערער רבי, רבי יהודה אריה לייב אלטער ("שפת אמת"). ער האט געלערנט אין ישיבה פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי אלטער ("אמרי אמת") און געלערנט העברעאיש, פויליש און דייטש[1].

ער האט געהייראט זיין קוזינע דבורה מאַטיל, טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי. אין תרע"ד האט ער זיך באזעצט אין ווארשע און זיך פארנומען מיט האנדל און באנקעריי און בעיקר מיט עסקנות. בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האט ער אסאך געארבעט צו העלפן די אידישע מלחמה־פּליטים און נאך דער מלחמה, אונטער דער השפּעה פון זיין שווער, האט ער זיך אפּגעגעבן מיט דער גרינדונג און אנפירונג פון דער "אגודת ישראל" ארגאניזאציע אין פּוילן, וועלכע איז געווען באהערשט דורך די גערער חסידים. אונטער זיין פירערשאפט איז זיך עס צעוואקסן ביז, ביים אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האט די צאל פון אירע מיטגלידער אין פּוילן דערגרייכט 200,000 און זי האט פארמאגט א גרויסע נעץ פון חינוך מוסדות (בערך 600 "בית יעקב" שולעס, תלמוד תורה'ס און ישיבות), צייטונגען און בוך פארלאגן און קובצים. ער האט געשריבן הונדערטער ארטיקלען פארן אגודה אין אירע אויסגאבעס "דער יוד" און "דאס יודישע טאגבלאט" אין ווארשע און צענדליגער פראפאגאנדע בראשורן, און שפעטער אין "דגלנו", "הדרך" און "קול ישראל" אין ירושלים[1].

פון תרפ"ד און ווייטער האט ער פארטרעטן די אגודה אינעם ווארשעווער קהילה־קאמיטע, און אויף דער צווייטער כנסייה הגדולה פון אגודת־ישראל (וויען, תרפ"ט) איז ער ערוויילט געווארן אלס א מיטגליד פון דער פרעזידענטשאפט פון דער אלטוועלטליכער אגודת ישראל, און אין תר"צ אלס איר פאָרזיצער אין פוילן.

ער האט באגלייט זיין שווער עטליכע מאל ווען ער האט באזוכט ארץ ישראל. אין תרצ"ד האט די פוילישע פאליציי אים ארעסטירט מיט'ן חשד פון האלטן נארקאטיק, ווען אין אמת'ן האט ער געהאלטן א זעקל ערד וואס ער האט געברענגט פונעם אומגעגנט פון קבר רחל און מערת המכפלה[2]. אין תרצ"ה האט ער באזוכט פּאלעסטינע אין שפּיץ פון א דעלעגאציע פונעם "אגודת־ישראל־צענטער" אין פּוילן און דארטן רעארגאניזירט די עקזעקוטיוו.

אויף דער דריטער כנסייה הגדולה (מאריענבאד, תרצ"ז) איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס מיטגליד אינעם "ועד הפועל המצומצם" פון אגודת ישראל[3], און אלס איינער פון די צוויי דעפוטאט־פרעזידענטן פון דער וועלטס־וועד הפועל[מקור פארלאנגט]. ער איז באטראכט געווארן ווי א סוקסעספולער פובליק רעדנער און א מעסיגער און רעאליסטישער כלל-טוער[1].

ווען די דייטשן האבן איבערגענומען ווארשע, אין הערבסט 1939, איז ער באשטימט געווארן א מיטגליד פון די "יודענראט" פון ווארשע, וועלכער האט געארבעט אונטער דער אויפזיכט פון די נאציס. נאך בערך א חודש האט ער באשלאסן אז עס איז בעסער צו טון לטובת די פוילישע אידן אינדרויסן פון פוילן, אָן די נאצישע אויפזיכט, און איז אנטלאפן פון פוילן.

אין אייר ת"ש (1940) איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל[4] און אנגעהויבן זיינע אקטיוויטעטן פאר דער פוילישער גלות. ער האט גערעדט מיט די אנדערע אידישע אינסטיטוציעס אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד און זיי אנגעצינדן צו אקציע און אויף זיין איניציאטיוו איז געגרינדעט געווארן דער ועד הצלה פונעם ישוב און ער איז ערוויילט געווארן אלס מיטגליד פון איר נשיאות. ער האט שווער געארבעט צו ערוועקן דעם דעת הקהל אין ארץ ישראל און אין דער וועלט צו הייבן זייער קול קעגן דער אונטערדריקונג און פארניכטונג פון פוילישער אידנטום. ווען די אידישע געשריי איז געווארן אומבאקוועם פאר די בריטישע פאליסי, איז ער מערערע מאל געווארנט געווארן דורך די מאנדאט אויטאריטעטן אז די אקציע זיינער, וואס סטימולירט דעם דעת הקהל, איז קעגן די נויטפאל געזעצן וואס צילן צו האלטן די פרידן אין לאנד צו פארזיכערן זיג איבער די פיינט, אבער ער האט זיך נישט גערעכנט מיט די ווארנונגען און נישט געלאזט שטיין שטיל אויף זיינע ברידער'ס בלוט. בשעת די ווישי רעזשים אין סיריע, איז ער אהינגעפארן מיט רבי משה בלוי , טראץ דער סכנה, און זיי האבן ארגאניזירט די ליפערונג פון עסנווארג פעקלעך צו די אידן פון די געטאס אין פוילן[1].

אין ארץ ישראל האט ער געפירט די ביוראען פון דער וועלט-אגודת-ישראל, און ווען דער צענטראל־קאמיטע פון די אגודה האט זיך געטראפן אין מאריענבאד (1947), איז ער געשטעלט געווארן פאראנטווארטליך אויף דער ארץ־ישראל צווייג פון דער באוועגונג[מקור פארלאנגט]. ער האט זיך אויפגעטרעטן אין איר נאמען פאר די אנגלא-אמעריקאנער אויספארשונגס קאמיסיעס און דער פעלקער ליגע און האט פעסט און מיט רעספעקט געשטאנען אויף דער אידישער פאדערונג, אָן געבן די פיינט א געלעגנהייט אויסצונוצן אינערליכע חילוקי דעות אין ארץ ישראל צו אפשוואכן דעם סטאטוס פון די אידן בכלל[1].

ווען מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן איז לעווין ערוויילט געווארן אלס פארשטייער פון די אגודה אין דער ציייטווייליגער כנסת, און דערנאך אין דער ערשטער כנסת, און איז געווען מיניסטער פון סאציאלע וואוילשטאנד אין דער ערשטער מדינת ישראל רעגירונג[5]. ער האט געדינט אין דעם פעאיגקייט ביז 1952, ווען ער האט רעזיגנירט בשעת דער סכסוך איבער עפעס א פארעם פון נאציאנאלן דינסט פאר פרויען. אין דער פערטער כנסייה הגדולה (ירושלים, 1954) איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט פונעם וועלט אקציעס קאמיטע און פארזיצער פון דער וועלט עקזעקוטיוו פון אגודת ישראל.

זיינע קינדער: רבקה ראפאפארט הי"ד פון ביליץ (ערמארדעט ביים חורבן אין פוילן)[1], אריה (מו"ל אין ירושלים), ראזע (אוועק אין איר יוגנט אין פוילן), פנחס יעקב (אוועק תשמ"א אלס בחור אין דער "שפת אמת" ישיבה אין ירושלים)[6], מלכה ווייב פון משה שיינפעלד (אגודת ישראל אקטיוויסט אין תל אביב), פישל (אראפ פון וועג)[7].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 דוד תדהר (רעדאקטאר), "הרב יצחק מאיר לוין", אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו ד (1950), עמ' 1804-05
  2. על מה נאסר ראש "אגודת ישראל" בפולין, דואר היום, נאוועמבער 28, 1933
  3. בגמר הכנסיה של אגודת ישראל, דבר, אויגוסט 27, 1937
  4. מוסטער:הבוקר
  5. איטשע מאיר לעווין געזונט־מיניסטער, פארווערטס, מערץ 9, 1948
  6. פנחס יעקב הכהן לווין ז"ל, הצופה, יאנואר 29, 1941
  7. קובי אריאלי, מה יש לך, אדון לוין?, באתר nrg‏, יולי 12, 2008