יואל לאנדא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יואל לאנדא
יואל לאנדא.jpg
געבורט אויגוסט 22, 1980 (יארגאנג: 45)
י' אלול ה'תש"מ
ברוקלין
פעילות בולטת קרן תוספות יום טוב
עיסוק The Allure Group

יואל לאנדא איז א וויליאמסבורגער אונטערנעמער און פילאנטראפ, און סאטמארער חסיד. ער איז דער גרינדער פון עטליכע העלט-קעיר פירמעס, און פון 'קרן תוספות יום טוב' ארגאניזאציע, און פיאנער פון 'וויליאמסבורג חלוקות'.

ביאגראפיע

יואל איז געבוירן י' אלול תש"מ[1], צו הרב יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם זלאטשוב אין קרית יואל, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא, א זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב. ער הייסט נאכ'ן סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים. ער איז אויפגעצויגן געווארן אין שטאט קרית יואל; אלס בחור האט ער געלערנט אין עטליכע ישיבות, צווישן זיי אין ישיבת בנין דוד מאנטעווידעא ביים קאפישער רב רבי אהרן גד כ"ץ[2]. ער איז אן איידעם ביי ר' ישראל משה שטיין פון וויליאמסבורג.

נאך דער חתונה האט יואל זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, און ער איז א חסיד פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר. ער האט אפגעראכטן עטליכע מאל גרויסע הכנסת ספר תורה'ס ארייגערעכנט כ"ד שבט תשע"ט אין ארץ ישראל[3], און נאך איינס צום סאטמארער תלמוד תורה אויף טרופ עוועניו זאת חנוכה תשפ"ג[4] אריינגעגעבן דורך זיין זון, יהודה[5]. ביי דער חתונה פון זיין טאכטער אין עטרת אברהם און א שבע ברכות פאר פילאנטראפן האט ער צוגעשטעלט אויף א רייכע פארנעם מיט פולע ארקעסטרעס און גאר באקאנטע זינגער[6][7], און האט פארטיילט א ספעציעלע נדבה פאר די איינגעשטעלטע אין די סאטמארער מוסדות לכבוד די שמחה.

ביזנעס אונטערנעמונגען

אין 2011 האבן לאנדא און זיינע מיט-גרינדער געגרינדעט די אלור גרופע (The Allure Group), וואו ער דינט אלס CEO. די פירמע, וועלכע ראטעוועט פעאיגע נורסינג-היימען וועלכע זענען אין דרינגענדן נויט פון פארבעסערונג, און וואלטן זיך אנדערפאלס געדארפט פארשליסן, האט ער געגרינדעט נאכ'ן מיטהאלטן די פראבלעמען אין דער אינדוסטריע ביים זארגן פאר זיין זיידן. דאס ערשטע האבן לאנדא און זיינע שותפים אפגעקויפט דער 'וויקטארי מעמאריעל שפיטאל' וועלכער האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן, און פארוואנדלט אין 'העמילטאן פארק נורסינג און רעהאביליטאציע צענטער'[8]. דאן האט דאס ביזנעס אנגעהויבן וואקסן און עס האלט היינט ביי זעקס צענטערן אינערהאלב ברוקלין און מאנהעטן[9].

לאנדא און די אלור גרופע האבן אנפאנג 2015 אויך געקויפט די 'קעבס נורסינג-היים' אין ברוקלין, ניו יארק. די פיר-שטאקיגע איינריכטונג מיט 111 צימערן איז אפגעקויפט געווארן פאר $15.6 מיליאן[10]. שפּעטער אין זעלבן יאר, האבן לאנדא און די אלור גרופע געקויפט 'ריווינגטאן הויז', אן אום-פונקציאנירנדע און כמעט ליידיגע AIDS/HIV-ספּעציאלירנדע נורסינג-היים אין לאוער-איסט-סייט מאנהעטן פאר $28 מיליאן[11]. אין 2016 האט דער ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער, ארויסגעלייגט א באשולדיגונג אויף דעם וואס יואל לאנדא האט באצאלט $16.15 מיליאן פאר די סיטי רעגירונג און דערמיט אראפגענומען צוויי באגרעניצונגען פונעם ריווינגטאן הויז, און דאדורך עס ערמעגליכט צו פארקויפן פאר לוקסעריעזע קאנדאמיניומס בלויז א יאר נאכ'ן עס אפקויפן אלס נורסינג היים פאציליטעט[12]. און דערביי ארויסגעשטעלט א רייע באשולדינגען אויף די סיטי און אויף לאנדא[13], אין יאר 2018 האט לאנדא באוויליגט צו באצאלן צוויי מיליאן דאלער אין שטראפן און פאר וואוילטעטיגע צוועקן, אין א שליכטונגס-אפמאך מיט ניו יארק סטעיט אטורני עריק שניידערמאן[14].

אין 2012 איז ער געווען א שותף אין שאפן די פינטא קאפיטאל פארטנערס (Pinta Capital Partners), א פירמע וועלכע שאפט פארבינדונג צווישן מערערע ביזענעסער אין די העלטקעיר אינדוסטריע[15]. דורכאויס די קאוויד-19 פאנדעמיק איז זיין רייכטום פארברייטערט געווארן, און ער איז געווארן א מולטי-ביליאנער, פון די רייכסטע חסיד'ישע אידן.

צדקה לייסטונגען

לאנדא האט זיך בארימט געמאכט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר צדקה, און זיין אייגנארטיגער צוגאנג דערצו.

לאגא פון קרן תוספות יום טוב
יואל לאנדא מיט זיין פאטער ביים אראפלייגן קבלות אויפ'ן ציון פונעם צוספות יום טוב אין קראקא

ער האט געגרינדעט און ער האלט אויס דעם ארגאניזאציע "קרן תוספות יום טוב" וואס געבט זיך אפ מעורר זיין און אויפקלערן איבער מורא מקדש און נישט רעדן ביים דאווענען, אויפן נאמען פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער וואס האט פארפאסט א מי שברך איבער דעם. עס ערשיינט יעדן וואך א גליון "נקדישך" מיט א רייע ארטיקלען איבער די נושא. באזנודער שרייבט די קרן א ספר תורה לזכות פון די אידן וואס זענען נזהר אין קדושת התפילה, און די ראשי הקרן הרב ראבינאוויטש און אנדערע גייען ארום כסדר צו רבנים און אדמורי"ם איבער די וועלט אריינצושרייבן אותיות אין די ספר תורה, די שמועסן מיט די רבנים און בילדער פון די באזוכן ווערן ברייט געדעקט וועכנטליך אינעם נקדישך גליון[16].

אין יאר תשע"ח האט ער אפגעהאלטן א מאסיווע נסיעה קיין קראקא צום ציון פונעם תוספות יום טוב, אינעם טאג פונעם יארצייט ו' אלול, וואו ער האט אויסגעצאלט דעם גאנצן נסיעה פאר גבאים פון יעדן בית המדרש איבער ניו יארק וואס האבן אנגעפירט א גרויסע קבלה דרייוו איבער מורא מקדש און אויך א געווינער פון יעדן בית המדרש פאר די וואס האבן גענומען די קבלות. ער האט צוגעשטעלט א טשארטער פליגער, ברייטע מאלצייטן, באקוועמע האטעלן, רייכע פראגראמען און דרשות, און א שבת אין שטאט צאנז[17]. ביים ציון האט מען אראפגעלייט 8,000 קוויטלעך און קבלות ״שלא לדבר בשעת התפלה״[18].

אויף ראש השנה תשפ"ד האט אנגעהויבן ערשיינען דורך קרן תוספות יום טוב אן אויסגאבע גליון פאר קינדער מיטן נאמען "שטענדערל" צו מעורר זיין אויף עניני תפילה[19]. צו ערשט איז דאס געווען בחינם אין די בתי מדרשים, שפעטער האט מען דאס אנגעהויבן דיסטריביוטן פארגרעסערט פאר די קינדער וואס זענען איינגעשריבן אלס "עובדים" אין דעם "עבודה שבלב" פראגראם[20]. אויף פרשת ואתחנן תשפ"ד איז דאס פיל מער ארויפגעארבעט געווארן מיט'ן צוזאמשטעלן מיט דעם קינדער שטוב אויסגאבע פון א בליק וואס איז דאן אויפגעלעזט געווארן[21]. דער פטרון - יואל לאנדא פארמאגט דארט א קאלום "יוצאים מן הלב" - 'פערזענליכע ווארט פונעם פטרון צו די טייערע עובדים'[22], ער שרייבט דארט שטארקע מוסר און חיזוק, און ברענגט פיל משלים און מעשיות צו דערקלערן און אויפהייבן די געמיטער פון זיינע ליינער. דערביי לייגט ער מיט א נומער וואו מען קען אים איבערגעבן פערזענליכע קאמענטארן איבער זיינע ארטיקלען. אין איין ארטיקל האט ער געשריבן זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן אלס בחור און די מאטיוואציע אויפצושטיין פארטאגס[23].

פאר יום טוב סוכות תשפ״ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום פינף טויזנט וויליאמסבורגער משפחות. און דעם נאכפאלגנדן פסח נאך א גרעסערע חלוקה. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה" וואס טיילט אויס דיסקאונטס פון ריזיגע פראצענטן פאר קינדער-געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג. און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט אין וויליאמסבורג צו וועם ער פארמאגט א שטערקערע געפיל זייענדיג אן ארטיגע איינוואוינער.

ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו[24]. און מנדב געווען "בנין לאנדא" פאר די הכנסת אורחים אין שטאט סיגוט אנגעפירט דורכ'ן סאטמארער רבי'ן, רבי אהרן טייטלבוים[25]. ער פארמאגט דעם ביהמ"ד אור חיים ריבניץ, מיט א ישיבה און א כולל, ער בויט א מאסיווע בית המדרש אין זיין געגנט[26]. אויך האט ער אויפגעשטעלט א מכון להוצאות ספרים 'זכרון אברהם', וואס האט שוין ארויסגעגעבן צווישן אנדערן ספר בעל שם טוב המבואר דריי בענדער, ויואל משה מיט א ביאור משולב, הגדה של פסח מיט א ביאור אויף אידיש 'מסילה ישרה' און נאך.

אין כ"א כסליו תשפ"ה האט יואל אויפגעטרעטן פאר ארום צוואנציג טויזענט סאטמארע חסידים ביים "כינוס סאטמאר" אין בארקלעיס צענטער סטאדיום. אין זיין דרשה האט ער אנאנסירט א 30% העכערונג פאר אלע מלמדים פון סאטמארע מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו שאפן, צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות[27]. ער האט שפעטער באשריבן זיינע געפילן און א מוסר השכל דערפון אין זיין קאלום אין "שטענדערל"[28].

משפחה

  • זיין טאטע, רבי יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם אין קרית יואל,
  • זיין ברודער רבי שלום לאנדא, ראב"ד 'בד"ץ לדון ולהורות' און ראש הכולל 'עמודי דגירסא'
  • זיין ברודער רבי משה לאנדא, רב פון ביהמ"ד יאמפעלע אין ווילאמסבורג, אין פיאנער פון 'קרית זית רענן' אין מאונט אליוו ניו זשערסי

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. Joel Landau, Geni.com
  2. יואל לאנדא, "יוצאים מן הלב", שטענדערל ויצא תשפ"ה, זייט 10.
  3. YouTube Play Button.png קליפ הכנסת ספר תורה לנדא, הפקה טיפ הפקות אירועים, ווידעא אויף יוטיוב.
  4. מעמד סיום כתיבת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; מעמד הכנסת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; ווידעאו, אויף גוגל דרייוו.
  5. דאס הזמנה בריוול, אויף אייוועלט.
  6. YouTube Play Button.png חתונת בת הנגיד יואלי לנדאו בויאלמסבורג מקהלת 'מלכות', עם גדולי זמר החסידי ותזמורתו של הערשי לנגזאם, ווידעא אויף יוטיוב, YouTube Play Button.png נומער 2, ווידעא אויף יוטיוב, אודיאו פון די חתונה צו דאונלאודן.
  7. YouTube Play Button.png שבע ברכות הנגיד יולי לנדאו - וויליאמסבורג בניצחו של מאסטרו בנ לאופר עם גדול זמר החסידי, ווידעא אויף יוטיוב.
  8. McGoldrick, Meaghan (December 30, 2016). "Possible partnership between Northwell and Maimonides in the works for Bay Ridge". Brooklyn Reporter
  9. היסטאריע, AllureCare.com.
  10. Doles, Kyna. "Here's what the $10M-$20M NYC investment sales market looked like last week". The Real Deal
  11. "Appendices for Examination of the City's Removal of the Deed Restriction at 45 Rivington Street in Manhattan". New York City Department of Investigation. July 2016
  12. J. David Goodman, New York Officials Were Warned About Lifting Nursing Home’s Deed Limits, Report Says, New York Times, יולי 14, 2016 (Lock-green.svg ארכיוו);
    Laura Nahmias, De Blasio faults policy, not staff, for Rivington deal, Politico, ‏יולי 14, 2016.
  13. Report of the New York City Comptroller on the Sale of Two Deed Restrictions Governing Property Located At 45 Rivington Street, Report of the New York City Comptroller
  14. LaMantia, Jonathan (January 16, 2018). "Nursing home chain looks to future after scandal". Crain's New York.
  15. PintaCapitalPartners.com team.
  16. גליון נקדישך אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב.
  17. זעט "קרן תוספות יו"ט נסיעה קיין קראקא - ו' אלול תשפ"ג", אשכול אויף אייוועלט.
  18. בילדער נסיעה שנת תשע”ח אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב.
  19. אלע גליונות אויף גוגל-דרייוו.
  20. shtenderl.org.
  21. תגובה פון 'קינדער שטוב' אויף אייוועלט.
  22. "יוצאים מן הלב - מפניני הרבני הנגיד ר׳ יואל לאנדא", אשכול אויף אייוועלט.
  23. שטענדערל ויצא-וישלח תשפ"ה.
  24. חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מיט רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר' יואל לאנדא, אויף בחצרות הקודש.
  25. במוצאי מנוחה · האד׳ מסאטמאר באזוכט בבית הנגיד ר׳ יואל לאנדא אין וויליאמסבורג, אויף בחצרות הקודש.
  26. Construction Nears Completion on 89 Throop Avenue in South Williamsburg, Brooklyn אויף New York YIMBY וועבזייטל.
  27. דרשה כ"א כסליו.
  28. יואל לאנדא,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:לינק

    ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    20,000 אידן ווארטן. זאל איך אנהייבן אדער אנטלויפן ?!, שטענדערל, מקץ-חנוכה תשפ"ה, זייט 6.