לאנגסאם און פעלדמאן
יעקב יוסף לאנגזאם און וועלוול פעלדמאן (אויך באקאנט אלס סענדער און משה איטשע) זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע קאמעדיאנטן אין ניו יארק. די צוויי, סקווירער חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטיר-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף אידיש.
הונטערגרונד און כאראקטער
יעקב יוסף און וועלוול זענען צוויי סקווירער חסידים, לאנגזאם וואוינט אין שיכון סקווירא, ווידער פעלדמאן וואוינט אין מאנסי. אלס יונגעלייט האבן ביידע געזונגען אין די קאפעליע אין די סקווירע חסידות[1]. זיי האבן אנגעהויבן אלס טייל פון די אקטיארן ביי די פארשטעלונגען ביים סקווירער רבינ'ס טיש יעדעס יאר פורים, א פאזיציע וואס לאנגזאם האלט נאך אן[2]. היינט-צו-טאג שטעלן זיי פאָר צוזאמען קאמעדיע שטיקלעך ביי פריוואטע מסיבות אדער עפנטליכע מעמדים, ווי דער "בוני עולם" אויפטרייבונג אוונט[3] אד"ג. אין צוגאב, טוען די צוויי מאכן ווידעא רעקלאמעס פאר געשעפטן[4][5][6], ווי אויך פאר ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן[7][8].
לאנגזאם שטעלט געווענליך פאָר דעם כאראקטער פונעם שלימזל'דיגן, אומבאלומפערטן און נארישן מענטש, געווענליך גערופן מיט'ן צונאמען "סענדער", און איז על-פי-רוב אנגעטון אין זיין אייגנארטיגע פארשטעלעכץ, דאס זעלבע אדער ענליך צו וואס ער נוצט ביי די "אונטער'ן" שפילן; א צעריסענע געלע ציצית, אן אלטער צעריסענעם היטל, א צעקנייטשטער אנצוג אָן קנעפלעך, און א נאכגעלאזטע בארד און פאות. פעלדמאן, באטיטלט אלס "משה איטשע", שטעלט געווענליך פאר דעם ערנסטן אחריות'דיגן ערוואקסענעם. און איז געווענליך מינימאל פארשטעלט, ווי א דאקטער אדער רב, וכדומה ווי עס פאדערט זיך, און אמאל אויך אן קיין שום פארשטעלעכץ.
רוב פון זייערע קאמעדיעס זענען געווענליך דיאלאגן, צב"ש צווישן דאקטער-פאציענט, שווער-איידעם, אינטערוויוער-אפליקאנט אד"ג, ווען דער ערנסטער פעלדמאן ברענגט ארויס די קאנטראסט פון לאנגזאם'ס מאדנע אויפפירונג. א טייל שטיקלעך ענדיגן זיך מיט גראמען. דאס שרייבן די סקריפטס ווערט געטון דורך יקותיאל פנחס ("פיני") גליק פון שיכון סקווירא, צוזאמען מיט לאנגזאם און פעלדמאן. אין דער צייט וואס לאנגזאם איז דער עיקר קאמעדיאנט, איז פעלדמאן דער ארגאניזירער און דער וואס פירט אָן מיט די פארשטעלונגען[9].
פאפולערע אויפטריטן
אין די "אונטער'ן" שפילן
דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "אונטערן" שפילן אונטער די בינע-נעמען "סענדער" (לאנגזאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטערן" אנגעהויבן פון "אונטערן שריפט", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטערן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".
אין דער 'איבערן שטעטל' שפיל האבן לאנגזאם און פעלדמאן נישט געשפילט אלס קאמעדיאנטן, נאר פארגעשטעלט אַן ערנסטע ראלע, אונטער די נעמען: הערש מיילעך (לאנגזאם) און קלמיש (פעלדמאן).
זעלבסטשטענדיגע אויפטריטן
חול המועד סוכות תשפ"ד האבן זיי זעלבסטשטענדיג פארגעשטעלט א קאמעדיע פארשטעלונג "דראמאדי", אריינגעפלאכטן מיט זינג-שטיקלעך[10].
די פּאָר טרעט אויך אויף יערליך ביים שושן פורים טיש פון רבי אייזיק ספינקער אין וויליאמסבורג. עטליכע יאר האבן זיי אויך אויך געהאט א פראגראם אויף די קול מבשר פורים אפטיילונג[11][12]. אין די וואונדערקינד טעקע איז פארגעשטעלט געווארן א קאמעדיע אויפטריט דורך די צוויי, אין די אויסגאבע פון אדר ב' תשפ"ד[13]. ליפא שמעלצער האט ארויפגעברענגט די פּאָר פאר'ן ניגון "הני תרי בדחני", אויף זיין אלבום "בבליפא", וואו די צוויי שטעלן פאר קאמעדיע שטיקלעך אין הונטערגרונט.
אין יאר תשע"ט האבן זיי אויפגעטרעטן ביי אן אווענט פון "מרכז ההצלה" פאר די עדה החרדית קרייזן וואס וואלענטירן אקעגן גיוס חרדים. די מדינת ישראל "משטרה" פאליציי האט זיך געגרייט צו שטורעמען דעם פארזאמלונג מיט אויסרייד אז דער שפיל טוט טרייבן ליצנות פונעם געזעץ, א שריט וואס האט געצווינגען די אנפירער צו טוישן דעם סקריפט און צענזורירן געוויסע חלקים דערפון[14][15].
צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער אלס בדחנים ביי פארשידענע געשעענישן. פעלדמאן, וועלכער איז אויך א גראמער, און פארמאכט אן אייגן פראגראם אויף קול מבשר "שבת פעקל", טוט שוין פאר לאנגע יארן אננעמען זעלבסשטענדיגע באשטעלונג. יעקב יוסף האט לעצטנס געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן צו אויפטרעטן אליינס אויף שמחות[16].
דרויסנדיגע לינקס
- א פארשטעלונג אין לאנדאן, ווידעא אויף יוטיוב
- וויאזוי זאגט מען א וויץ?, ווידעא אויף יוטיוב
- אן אויפטריט אין חסד ויליאמסבורג, ווידעא אויף יוטיוב
- שפיל איבער קאראנע, ווידעא אויף יוטיוב
- בוני עולם פענסילוועניע, ווידעא אויף יוטיוב
- אליעזר ראזען, "צוויי בדחנים פון שטעטל", מאמענט ויקרא תשע"ו; "געקליבענע ארטיקלעך פון מאמענט" זייטן 158-171.
- שמילי קעסט מיט וועלוול פעלדמאן, ווידעא אויף יוטיוב
- "ר' יעקב יוסף לאנגסאם", אשכול אויף אייוועלט
- "בדחן וועלוול פעלדמאן", אשכול אויף אייוועלט
- לאנגזאם פעלדמאן, אויף פרוג, אשכול
רעפערענצן
- ↑ בילד, אויף אייוועלט.
- ↑ דער ניגון וואס לבן הארמי האט געזינגען, אויף אייוועלט, געזינגען דורך לאנגזאם ביי סקווירא פורים שפיל.
- ↑ לאנגזאם פעלדמאן "קוואטער" פארשטעלונג, ווידעא אויף יוטיוב; אונטערן שמייכל - בוני עולם 2023, ווידעא אויף יוטיוב; בוני עולם 2024, ווידעא אויף יוטיוב.
- ↑ אן אנאנס פאר די מפואר פירמע, ווידעא אויף יוטיוב.
- ↑ לי עוועניו פאטא - קאראנע, ווידעא אויף יוטיוב.
- ↑ Langsam Touring Israel With Ari Ungar, video on YouTube.
- ↑ די פרייז פאר א קינד, ווידעא אויף יוטיוב, 6 ביולי 2020.
- ↑ רעקארדירונג אין שטיצע פון צדקת ישעיה, ווידעא אויף יוטיוב; דיין געזונט איז קיין וויץ, RCCS - צאהלער, ווידעא אויף יוטיוב.
- ↑ זעט צום ביישפיל אויף די "הונטער די קוליסן" ווידעאס פון די "אונטערן" שפילן וואו פעלדמאן ווערט געזען צייגן פאר לאנגזאם ווי אזוי אויסצופירן די קאמעדיע.
- ↑ "א שמועס איבער די לאנגזאם-פעלדמאן "דראמאדי" פארשטעלונג", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24; "דראמאדי - לאנגזאם & פעלדמאן חוה"מ סוכות פ"ד", אשכול אויף אייוועלט.
- ↑ "על אחת כמה וכמה, לאנגזאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
- ↑ "די וואזשנע פלאן (חלק א'), לאנגזאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24"חלק ב', לאנגזאם - פעלדמאן", פורים אפטיילונג, אויף אידיש24.
- ↑ וואנדערקינד.
- ↑ הצגת ההסתה של הקיצונים נחשפת • צפו, אויף כיכר השבת.
- ↑ ההצגה - בכינוס "ועד הצלה" - המלא, אויף prog.
- ↑ "צום ערשטן ליכטל, די נומער איינס, א שמועס מיט דער משמח ר' יעקב יוסף לאנגזאם וועלכער הייבט אן אליינס אויפטרעטן", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24.