באַניצער:יצחק/ויכוח הרמב"ן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון יצחק.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון יצחק.
אילוסטראציע פונעם ויכוח, אינעם אנו - מוזעאום פון אידישן פאלק
מאלעריי פון רמב"ן

די ויכוח הרמב"ן, (אויך באוואוסט אלס ויכוח בארצעלאנע), איז געווען א פארמאלע דעבאטע צווישן דער רמב"ן, א פירנדער ראשון, פילאזאף, דאקטער, מקובל און מפרש התנ"ך, און דער דאמיניקאנער מאָנאַך פּאַבלאָ (פּאולוס) קריסטיאני, א משומד וועם דער רמב"ן רופט "פראי פול". עס איז פארגעקומען אין קעניגליכן פאלאץ פון דזשעימס (חיימע) דער ערשטער, קעניג פון אַראַגאָן (היסטארישער געביט אין שפאניע) אין אנוועזנהייט פונעם קעניג, זיין הויף, און פילע פּראמינענטע קירכליכע מכובדים און ריטער.

די דעבאטע איז אפגעהאלטן געווארן במשך 4 טעג אין יולי 1263 (ה'כ"ג) אין שטאט בארצעלאנע אין קאטאלאניע, און עס האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר'ן רמב"ן. אבער שפעטער האט דער רמב"ן צוליב דעם געדארפט אנטלויפן פון שפאניע און ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל.

קריסטיאני פלעגט פרעדיגן צו די אידן פון פּראָווענצע. ער האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן. דער רמב"ן האט איינגעשטימט צו אנטיילנעמען און ער איז געגעבן געווארן פרייהייט צו רעדן ווי ער באגערט.

צווישן די קריסטליכע דיספּוטאנטן זענען געווען די הויפטן פון די קירכע אין שפיץ פון רעימאנד דע-פעניאפארט, דער הויפט פון די דאמיניקאנער גלחים, וועלכער האט אראנזשירט דעם ויכוח. דער איינציגער פאָרשטייער פאר דער אידישער זייט איז געווען דער רמב"ן. די פיר סעסיעס פונעם ויכוח זענען פארגעקומען יולי 20, 27, 30 און 31, 1263 (לויט אן אנדער רעכענונג, יולי 20, 23, 26 און 27).

צוויי שילדערונגען וועגן דער ויכוח, איינס אויף לשון-קודש געשריבן דורכ'ן רמב"ן און א קורצערע אויף לאטיין, זענען די הויפט קוואלן פאר דער געשיכטע פון ​​דעם וויכטיגן עפּיזאד אין אידיש-קריסטליכן פאלעמיק. לויט ביידע מקורות, זענען די איניציאטיוו פון דער ויכוח און איר אגענדע געשטעלט געווארן דורך די קריסטליכע זייט, כאטש דער רמב"ן'ס שילדערונג לאזט שפירן א שטערקערע באטייליגונג פון רמב"ן אין פינאליזירן די פונקטן צו ווערן דיסקוסירט. במשך דער דעבאטע האט אבער דער רמב"ן בלויז געמעגט ענטפערן וואס מען פרעגט אים, און נישט שטעלן קעגן-פראגעס צו זיין קעגנער.

דער ויכוח

דער זאַל אין פאלאו רעיאל מעזשאו פאלאץ, וואו דער ויכוח איז אפגעהאלטן געווארן

באזירנדיג זיך אויף דברי חז"ל אין אלגעמיין און בפרט אויף אגדתא גמרות און מדרשים, האט דער קריסטליכער מתווכח געזוכט צו אויפווייזן דריי פּונקטן: אז דער משיח איז שוין ערשינען; אז ער איז געווען "סיי מענטשליך און סיי געטליך," און איז געשטארבן צו פארצייען אויף די זינד פון מענטשהייט; און אז דערפאר האבן די מצוות פון אידישקייט פארלוירן זייער גילטיגקייט. קריסטיאני האט אויך גע'טענה'ט אז חז"ל האבן געגלויבט אז משיח האט געלעבט אין דער תקופת הגמרא, און אז זיי מוזן דעריבער האבן געגלויבט אז דער משיח איז ישו.

דער ערשטער טאג

אינעם ערשטן טאג האט פראי פול אויסגערופן אז ער האט ראיות פונעם תלמוד זעלבסט און פון די מדרשים אז משיח איז שוין געקומען. דער רמב"ן האט אים גלייך געווארנט אז ער נעמט זיך דא אונטער א שווערע אונטערנעמונג, ווייל דער פאקט אז די חכמים זענען געבליבן מיט די אידישע רעליגיע און זיך נישט געטויפט ווי דער משומד האט געטון צייגט קלאר אז זיי האבן נישט געקלערט ווי אים, און ממילא איז אוממעגליך דאס וואס ער פראקלאמירט, אפגעזען וואס ער וועט אלץ ברענגען אלס ראיה.

פול האט געברענגט עטליכע מדרשים פון וואו עס איז משמע, לויט אים, אז משיח איז שוין געקומען, ווי צום ביישפיל דער מדרש איכה וואס זאגט אז בשעת'ן חורבן בית המקדש האט אן אראבער געזאגט פאר א איד אז יעצט איז משיח געבוירן געווארן.

דער רמב"ן האט אויף אלעם אפגעענטפערט אז קודם כל בין איך נישט מחויב אנצונעמען יעדן מדרש, און אפילו די מדרשים זעלבסט זענען נישט קיין ראיה ווייל עס שטייט בלויז אז משיח איז געבוירן דעמאלט, עס שטייט נישט אז ער איז שוין געקומען, און בכלל איז דאך דאס אן אפענע ראיה אז דער אותו האיש איז נישט משיח, ווייל ער איז דאך שוין גע'הרג'עט געווארן אסאך יארן בעפאר'ן חורבן.

דער צווייטער טאג

דעם צווייטן טאג איז דער ויכוח אפגעראכטן געווארן אין זייער "קלישטרויש" (געבעט הויז), וואו עס זענען זיך צוזאממגעקומען דער גאנצער שטאט, אידן און גוים. דער משומד האט ווייטער געברענגט ראיות פון מדרשים, און דער רמב"ן האט געגעבן א גאנצע ערקלערונג וויאזוי צו פארשטיין מדרשים פון חז"ל.

דאן האט דער רמב"ן מאריך געווען אז דער אמת'ע מחלוקה צווישן די קריסטן און די אידן איז נישט בלויז צי משיח איז שוין געקומען צי נישט, נאר איבער די עצם באגריף פון משיח. ער האט געזאגט פאר'ן קעניג: "דו ביזט אויפגעוואקסן א נוצרי בן נוצרי און האסט זיך אנגעהערט אלע יארן פון די גלחים זאכן וואס ווען נישט דו הערסט עס פון קינדווייז אן וואלסטו עס קיינמאל נישט געקענט גלייבן".

אבל הדבר אשר את מאמינים, והוא עיקר אמונתכם, לא יקבל אותו השכל, והטבע אינו נותן, והנביאים מעולם לא אמרו כן, גם הפלא אינו יכול להתפשט בדבר ההוא, כאשר אבאר בראיות גמורות במקומו ובשעתו, שיהיה בורא השמים והארץ [וכל אשר בם] חוזר [עובר] בבטן יהודית אחת ויגדל בו ז' חודשים ויולד קטן, ואחר כך יגדל ואחר כך יימסר ביד שונאיו וישפטוהו משפט מות וימיתוהו, ואחר כך תאמרו שחיה וחזר למקומו הראשון. לא יסבול דעת יהודי ושום אדם.

ווייטער האט דער רמב"ן געזאגט אז עס איז נישט מקוים געווארן ביי אים גארנישט וואס עס שטייט אין די נביאים אויף משיח. די נביאים זאגן אז עס וועט מער נישט זיין קיין מלחמות, לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה[1], און די גאנצע וועלט איז פול מיט מלחמות און בלוט-פארגיסונג און דאס מערסטע נאך דורך די קריסטן.

דער דריטער טאג

אינעם דריטן טאג האט פול געזאגט אז ער וועט ברענגען א ראיה פונעם רמב"ם - וואס איז דער גרעסטער חכם ביי אידן אין די לעצטע פיר הונדערט יאר - אז משיח וועט שטארבן. דער רמב"ן האט גענומען א רמב"ם און אנגעהויבן פארליינען וואס דער רמב"ם שרייבט[2] וועגן משיח, ביז דער משומד האט אנגעהויבן שרייען אז דער רמב"ם זאגט ליגנט. האט אויף דעם רמב"ן חוזק געמאכט: האסט דאך פריער געזאגט אז ער איז דער גרעסטער חכם אין פיר הונדערט יאר!?

דער רמב"ן האט דאן געזאגט אז ער קען אויפווייזן פון דער תורה און נביאים אז יעדעס ווארט וואס דער רמב"ם שרייבט איז אמת.

דער פערטער טאג

אנהייב פונעם פערטן טאג האט דער רמב"ן געבעטן דעם קעניג זאל אים באפרייען פונעם ויכוח, ווייל די אידן ציטערן פאר די קריסטן, וועלכע ווערן מער און מער אויפגעברויזט פון טאג צו טאג. אבער דער קעניג האט אים געבעטן פארצוזעצן.

זיי האבן גערעדט וועגן דעם נאטור פון משיח ווען דער קעניג און דער משומד פריאוון ברענגען ראיות אז ער איז א גא-ט, און דער רמב"ן ענטפערט עס אפ אז עס איז נישט קיין ראיה, און עס זענען דא ראיות אז ער איז א מענטש ווי אלע מענטשן.

צום שלוס

די ויכוח האט זיך קיינמאל פארמאל געשלאסן, נאר האט אונטערגעבראכן.

לויטן לאטיינישן פראטאקאל פון די פארהאנדלונגען, האט זיך די ויכוח געענדיגט, ווייל דער רמב"ן איז פריצייטיג אנטלאפן פון שטאט. אין פאקט, אבער, איז ער געבליבן אין בארצעלאנע פאר איבער א וואך נאך די ויכוח איז געבראכן געווארן צו זיין אנוועזנד אין שול אויף דעם קומענדיגן שבת ווען א דרשה האט געדארפט ווערן אפגעהאלטן. עס זענען דא וואס זאגן אז דעמאלט האט דער רמב"ן געזאגט די באקאנטע דרשה, גערופן "תורת ה' תמימה"[3]. דער קעניג האָט זיך אויך באַטייליגט אין דער "סינאגאגע מאַיאָר" פון בארצעלאנא (העב'), איינע פון ​​די עלטסטע שולן אין אייראפּע, און האט גערעדט צו די אידישע קהילה, "אַן אומדערהערטע זאך אין די מיטלאלטער"[4].

דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט.

שפעטער האט דער רמב"ן געהערט אז די קירכע גייט ארום פארקויפן אז זיי האבן געזיגט אינעם ויכוח, האט ער בלית ברירה אפגעשריבן ווארט ביי ווארט פונעם ויכוח און עס פארשפרייט. דאס האט געברענגט א גרויסע אויפברויז פון די קירכע און דער קעניג האט באקומען גרויס דרוק צו פארטרייבן דעם רמב"ן פון לאנד, וועלכער איז דאן ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל.

אין שפעטערדיגע ויכוחים ווי וויכוח טאראטאסע, איז ציטירט געווארן טענות פון דעם וויכוח.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ישעיה ב, ד.
  2. הלכות מלכים פרק יא.
  3. מבוא לדרשת תורת ה' תמימה מוסד הרב קוק.
  4. Wein, Berel (1993). Herald of Destiny: The story of the Jews in the Medieval Era 750–1650. Shaar Press. p. 171. ISBN 9781422615096