אכלו משמנים
אִכְלוּ[1] מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה |
אכלו משמנים איז א ליד וואס ווערט געזינגען ביי דער סעודה פון שבת חנוכה, בעיקר ביי אשכנזים. פארפאסט געווארן שפעטסטנס אין די ה'ק' יארן דורך אן אנאנימען פייטן מיטן נאמען אברהם.
אפּשטאם און מחבר
מען געפונט שוין דעם זמר אין כתבי יד פון אשכנז און איטאליע, פון ארום די ר' יארן[2]. עס איז געדרוקט געווארן אין סידורים און אין בענטשערלעך און זמירות'לעך געדרוקט אין אייראפע, אנגעהויבן פון א בענטשערל געדרוקט אין פראג אנגעבליך פון יאר רע"ה[3]. אויך איז עס געדרוקט אין רבי בנימין הכהן'ס מחזור, פון יאר ש"כ[4].
דער מחבר פונעם זמר איז אנגעצייכנט אויף די אקראסטיך אלס אברהם, עס זענען אבער נישט באקאנט קיין פרטים איבער אים. געוויסע סידורים האבן אים באצייכנט אלס רבי אברהם אבן עזרא.
די ערשטע מקורות פונעם יחוס צום אבן עזרא געפינען מיר ערשט אין די ת"ר יארן. צוערשט אין געוויסע אויפלאגעס פון ליקוטי צבי, אנגעהויבן פון זיטאמיר תרי"ז[5], און פון דארט צום סידור בית יעקב[6] פון די ערשטע אויפלאגע ווארשא תרמ"א. אויך ערשייינט עס אין א זמירות ”שלשה ספרים נפתחים” מיטן פירוש פרחי שושנים[7], פון מנחם אליעזר מאהלער פון צאנז, וועלכער איז אויך מאריך אין זיין הקדמה ’עת הזמיר’ צו פארענטפערן דעם זמר.
עס איז אבער בכלל נישט מסתבר אז דאס זאל קומען פונעם אבן עזרא[8], חוץ וואס די געבוי פונעם זמר איז בכלל נישט ווי דעם אבן עזרא'ס שירים[9].
אינהאלט
דער זמר רעדט זיך ארום די סעודה פון חנוכה, און רעכנט אויס פארשידענע פעטע שפייזן וואס מען זאל איינקויפן לכבוד שבת און חנוכה. עס דערמאנט אויך אז מען זאל פארקויפן פעלדער צו קענען איינקויפן אויף חנוכה, און אז מען וועט נעכטיגן יעדן טאג צוויי מאל אינעם "וויין שטיבל", פון די פילע וויין וואס דער פיוט מוטיגט צו טרינקען.
אין שפעטערע סידורים איז דער נוסח געטוישט געווארן צו לצורך "שבת" חנוכה אנשטאט לצורך חנוכה.
די ווערטער "בית כור תמכור תחכור, תשכור בית כור" זענען עטוואס אומפארשטענדליך. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז די ווערטער "בית כור" איז א ווערטער-שפיל וואס באציט זיך אויף א "באס-קור" - דאס איז ווי מ'האט גערופן אין מערב-אייראפע א הויף צו שטאפן עופות, און די כוונה איז "בית כור תמכור", מען זאל פארקויפן א פעלד, און מיט די געלט "תשכור באס-קור" זאל מען איינהאנדלען געשטאפטע עופות אויף שבת חנוכה[מקור פארלאנגט].
קריטיק
דאָס ליד האָט אַרויסגערופן גרויס תרעומת ביי תלמידי חכמים און אנדערע, וועלכע האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט קעגן דעם אומהיימליכן נאטור פון דער פייערונג וואס ווערט געשילדערט אין איר, און אויך האט מען זיך אנטקעגנגעשטעלט קעגן דער עצם הנחה אז מען זאל עסן א גרויסער סעודה אויף חנוכה – א הנחה וואס פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט איז לכאורה נישט קראנט.
דער מהר"י מברונא, א תלמיד פון תרומת הדשן, שרייבט אז דער פיוט איז נישט נתחבר געווארן דורך א תלמיד חכם, וויבאלד די סעודות אום חנוכה זענען נישט קיין סעודות מצוה[10]. אנדערע זענען געגאנגען נאך ווייטער, און דרוקן זיך אויס אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך ליידיגגייער, און אז דער אינהאלט באשטעטיגט דאס[11], און אז מען זאל מוחה זיין קעגן דאס דרוקןרבי אהרן ווירמש, מאורי אור באר שב"ע, מיץ, תקע"ט, עמ' פא.
פון די אנדערע זייט איז דער ליד געזינגען געווארן און ווערט נאך היינט געזינגען ביי פילע קרייזן און דורך צדיקים וועלכע האבן דאס געזינגען ביים טיש, דערביי טרעפנדיג דערין באהאלטענע און הויכע כוונות. צווישן די וואס פלעגן דאס זינגען זענען רבי פנחס קאריצער[12], די הויפן פון טשערנאביל און סקווירא, באבוב; עטליכע אייניקלעך פון צאנזער רב[13].
געוויסע פארענטפערן דעם טענה אז דער ליד איז נישט להלכה, מיט דעם אז מ'טרעפט פילע אנגענומענע פיוטים וואס זענען נישט להלכה, און תוספות[14] שרייבט שוין אז א פיוט מוז נישט זיין אויסגעהאלטן להלכה[15].
דער ערשטער בעלזער רב האט אמאל געזאגט תורה אויף דעם ליד[16], און דער קדושת ציון האט געמאכט א ניגון אויף דעם זמר.
ביבליאגראפיע
- יעקב שמואל שפיגל, "על השיר 'אכלו משמנים' לשבת חנוכה", אור ישראל 30, טבת תשס"ג, עמ' קמד–קנב
דרויסנדיגע לינקס
- "דער ניגון האי האי בית כור לכבוד שבת חנוכה", אשכול אויף אייוועלט
- שמואל פוקס, אכלו משמנים, קול מבשר, 5>2>1>51#
- דער פיוט אכלו משמנים, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- הרב פרופ' נריה גוטל, "הקולות לא יחדלון: עיון בפיוט אכלו משמנים"
- אכלו משמנים, דורך יונתן שטנצל אויף יוטיוב
- יוסף ויכלדר, "אכלו משמנים - שבת וחנוכה", המבשר תורני, ארטיקל
- דער פיוט אויף וויקיטעקסט
- איתי מרינברג, אמנות השיר: אכלו משמנים
רעפערענצן
- ↑ דער פיוט ווערט דא געגעבן לויט דעם אריגינעלן נוסח פון די כתבי יד און אלטע דרוקן; בעיקר לויט וואסערמאן (הערה 3)
- ↑ גבריאל וואסערמאן, "Liturgical poems of Ḥanukka from Europe" (ערשטער טייל אין ענגליש און צווייטער טייל אין העברעאיש), 2016 (דאקטוראט). דער פיוט אכלו משמנים לויט כתבי יד מיט פירושים און שינויי נוסחאות, ערשיינט אין צווייטן טייל זייטן 467–468. - ער צייגט אז עס ערשיינט אין כתבי יד פונעם פופצנטן און זעכצנטן יארהונדערט.
- ↑ ברכת המזון וזמירות, פראג, ער"ה, עמ' 50 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) - ס'איז געדרוקט זייט ביי זייט מיט א זמר אויף פורים מיט'ן זעלבן געבוי און אקראסטיך. אויך אין די כתבי יד זענען די ביידע געווענליך אינאייינעם.
- ↑ בנימין הלוי, מחזור מעגלי צדק, סאביאנעטא, ש"כ, עמ' כג
- ↑ דורך ר’ יוסף הארעדעצקי, וועלכע האט ארויסגעגעבן כאטש דריי אויפלאגעס פון ליקוטי צבי מיט פילע הוספות. ער רעכנט דעם פיוט צווישן די הוספות וואס ער האט צוגעשטעלט צום ליקוטי צבי, אבער ער געט נישט אן פון וואו ער האט גענומען דעם יחוס צום אבן עזרא.
- ↑ ”בית יעקב” איז דער יעב"ץ סידור מיט פיל הוספות, אנגעבליך פון ר’ משה יודקיס שו"ב פון ברדיטשוב. צוערשט אין תרמ”א, שפעטער אין תרמ”ה? און דערנאך אין תרס”ד, ועוד. צווישן די הוספות איז דער זמר אכלו משמנים מיטן יחוס צום אבן עזרא. - ס'איז גענומען פון ליקוטי צבי, ווי עס ווייזט דאס אז ביי ביידע איז בטעות איבערגעהיפט געווארן א שורה אינעם זמר, און ס'איז גרייזיג געדרוקט "רך וטוב יחדלון מניסוך המים". זע אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
פאראמעטער [ https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1, 2 ] פעלן "{{{2}}}", אשכול אויף אייוועלט - ↑ געדרוקט דורך מנחם אליעזר מאהלער פון צאנז אין תרנ”ט, און ס’איז עטליכע מאל איבערגעדרוקט געווארן
- ↑ שער יששכר ...
- ↑ שפיגל ...
- ↑ שו"ת מוהר"י מברונא, סימן קל"ז.
- ↑ רבי נחמן כהנא, ארחות חיים חלק ב', סימן רע"א, סעיף ח'.
- ↑ אמרי פנחס השלם, חנוכה, אות ס"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ ירוחם אלי׳ ראזענפעלד, אור ישראל 32 תשס"ג סיון
- ↑ תוספות, יומא ח, א, ד"ה דכולי עלמא
- ↑ שפיגל: קמז
- ↑ מדבר קדש, מועעדים ח"ב ע' נד
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
קאַטעגאָריע:חנוכה קאַטעגאָריע:פיוטים קאַטעגאָריע:אנאנימע ווערק