רוי:אוואקאדא

פון המכלול
ווערסיע פון 19:41, 24 דעצעמבער 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אוואקאדא
אן אוואקאדא דורכגעשניטן אין צוויי
אן אוואקאדא דורכגעשניטן אין צוויי
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אָפטייל: בליענדיגע פלאנצן
קלאַס: Magnoliids
סדר: Laurales
פאַמיליע: Lauraceae
מין: Persea
זגאַל: P. americana
סינאנימען

Persea gratissima

אַוואָקאַדאָ איז דער נאָמען פון א טראָפּישע פרוכט, דער פרוכט-בוים זעלבסט ווערט אויך אנגערופן מיטן זעלבן נאמען.

דער אפשטאם פון דעם אוואקאדא איז פון מעקסיקא און פון צענטראל אמעריקע, פון דארט איז דער אוואקאדא פארשפרייט געווארן קיין צפון אמעריקע, אפריקע, אזיע און ארץ ישראל.

אין די פאראייניגטע שטאטן איז ער געווענליך גאנץ טייער.

דער פארעם פון דעם אוואקאדא איז ענליך צו דעם פארעם פון א באר. ער האט א גרינעם קאליר און איז רייך מיט פעט שטאפן, ספעציעל ווען ער איז קאמפלעט צייטיג. די פרוכט ווערט געקליבן פון בוים ווען ער איז נאך הארט, און ווערט ערשט פאסיג צום עסן ווען ער איז ווייעך.

אן אויפגעשניטענער אוואקאדא ווען ער קומט אין בארירונג מיט לופט, ווערט עס שנעל ברוין - גלייך ווי קארטאפל. אבער עס אפעקטירט נישט דעם טעם.

מען קען עס עסן אזוי ווי עס איז, אבער אין אלגעמיין נוצט מען עס אלס שמיר אויף ברויט אדער אנדערע מזונות. אויך איז אוואקאדא סאלאט געמישט מיט לימענע זאפט און געווירצן זייער פאפולער ביי די מזרח אפשטאמיגע.

באקאנטע ראסן אין ארץ ישראל

מאנראו

די מאָנראָו אַוואָקאַדאָו (ענגליש: Monroe Avocado) איז א סארט קאמערציעלער אוואקאדאו וועלכער שטאמט פון דרום פלארידע. די פרוכט וועהגט ארום צוויי פונט ווען עס איז גענצליך ערוואקסן. זיין סעזאן איז פון דעצעמבער ביז יאנואר אין פלארידע. די דרויסנדיגע שאלאכץ ווען עס איז רייף איז גרין, גלאנצעדיג און דיק. עס איז איינגעפלאנצט געווארן אין פלארידע ארום 1932 און האט ארויסגעגעהבן פרוכט דריי יאהר שפעהטער. אום אוגוסט 24 1937 איז ארויסגענומען געווארן א פאטענט דערויף[1].

וויטאמינען און מינעראלן

אוואקאדא איז זייער א געזונטע פרוכט ווייל עס האט אסאך אמעגא דריי.

בדיקת תולעים

אין דעם אוואקאדא איז געווענליך נישט פארהאן קיין אינזעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לויט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער עס איז פארהאן קענטליכע סימנים צו קלערן אז יא, מוז מען עס קאנטראלירן פאר מען עסט אים.

מצוות התלויות בארץ

דער אוואקאדא איז פון די פרוכט וואס וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה און ערלה.

שמיטה

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם אוואקאדא די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש אב פון דעם זיבעטן יאר, ביז אין מיטן אלול דעם אכטן יאר. אנפאנג אלול פון דעם זיבעטן יאר הייבט זיך אָן דער סעזאן פון די פרי-צייטיגע ראסען, ווי דער עטינגער און דער פוערטע, אנפאנג דעם אכטן יאר הייבט זיך אָן דער סעזאן פון דער ראסע האס, אומגעפער חנוכה דעם אכטן יאר, הייבט זיך אָן דער סעזאן פון דער ראסע נאַבאַל, דער סעזאן פון די ראסע ריד הייבט זיך אן אדר פון דעם אכטן יאר.

ברכה

מען מאכט דערויף א בורא פרי העץ.

זעט אויך

רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!