רוי:רבי מאיר שמחה הכהן
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי מאיר שמחה הכהן, פאטאגראפירט אין 1924 | |||||||
געבורט | ה'תר"ג | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
פטירה | ד' אלול ה'תרפ"ו (אלט: 83 בערך) | ||||||
|
רבי מאיר שמחה הכהן פון דווינסק (ה'תר"ג, 1843 – ד' אלול ה'תרפ"ו, 14טן אויגוסט 1926) איז געווען איינער פון די פירנדע רבנים פון מזרח אייראפע אין דעם דור פארן חורבן, א "גדול הדור"[1]. זיינע עיקר ספרים זענען "אור שמח" אויף רמב"ם און "משך חכמה", חידושים אויף תורה וואס מען האט פארעפנטליכט נאך זיין פטירה.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט בוטרימאנץ, ווילנער געגנט, ליטא, צו הרב שמשון קלונימוס הכהן און זיין ווייב אסנת. שוין יונגערהייט איז ער געווען אויסגעצייכנט ווי א גאון. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ביאליסטאק ביי זיין שווער. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און האט געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף מסכת בכורות.[2]
אין 1919 איז געווען א פאלשע באריכט אז ר' מאיר שמחה איז דערמארדעט אין אַ פּאָגראָם. די געשעעניש איז געווען באריכטעט דורך צייטונגען ארום די וועלט[3]. אין רעאקציע אויף דעם פאלשן באריכט , זענען געגעבן געווארן א צאל הספדים. רבי ישראל אבא ציטראן, רב פון פתח תקוה, האט איבערגעגעבן א הספד וואס איז שפעטער פארעפנטליכט געווארן[4].
ר' מאיר שמחה האט נאר געהאט איין טאכטער, און זי איז געווען נפשיות'דיג קראנק. לויט א מקור האט זי געפרואווט אומצוברענגען איר פאטער, אים געשטאכן אין האלז, און בדרך נס האט ער איבערגעלעבט[5].
די ישיבת אור שמח איז גערופן געווארן אויף זיין נאמען[6].
רעפערענצן
- ↑ רבי יחיאל יעקב וויינבערג, כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג ב, עמ' רלה: "שהוא גדול-הדור באמת".
- ↑ דוד הלחמי, חכמי ישראל, תל אביב, תשי"ח, עמ' שע"ט.
- ↑ זעט דערוועגן דא אויף אוצר החכמה פארום.
- ↑ זאב אריה רבינר, מרן רבנו מאיר שמחה הכהן, תל אביב, תשכ"ז, עמ' רלב–רלג פאר נאך א פארעפנטליכטער הספד, דורך רבי בנציון קואינקה, זעט מקבציאל לט, ירושלים: חברת אהבת שלום, תשע"ג, עמ' תשלט והלאה
- ↑ רבי ישראל דושאוויץ, "אבל יחיד ומספד תמרורים", המסלה א:ה-ו, סיון-תמוז תרצ"ו, עמ' 6
- ↑ יונתן ראזענבלום, Rav Noach Weinberg: Torah Revolutionary (Jerusalem, 2020), p. 72 n. 1