רבי עקיבא ראבינאוויטש

פאריסובער רבי אין ירושלים (ה'תרצ"ט–ה'תשפ"ד)

רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש (באקאנט אלס "רבי עקיבא"; י' טבת תרצ"ט – כ' אב תשפ"ד) איז געווען דער פאריסובער רבי, א מקובל, וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ פון א ישיבה פאר מקובלים אין זיין בית מדרש אין ירושלים, און האט מחבר געווען א רייע ספרים אין חסידות און קבלה.

פאריסובער רבי
רבי עקיבא ראבינאוויטש
הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ.jpeg
געבורט י' טבת תרצ"ט
פטירה כ' אב תשפ"ד (אלט: 85)
וואוין אָרט ירושלים
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים ראש ישיבה און ראש הכולל לימוד הקבלה
ספרים דרכי צדק, האדרת והאמונה, היחוד והיראה, און נאך
ווייב אסתר
דינאסטיע פאריסוב
טאטע רבי בנימין ראבינאוויטש
מאמע רוחמה ליבא

ביאגראפיע

רבי עקיבא איז געבוירן געווארן אין ירושלים י' טבת תרצ"ט[1], א צווייטער זון פאר רבי בנימין, א דיין אין דער עדה החרדית און מייסד פון קהל "משכנות הרועים", און מרת רוחמה ליבא. ער איז גערופן געווארן "חנניה יוסף עקיבא" נאך צוויי זיידעס, רבי עקיבא יוסף שלעזינגער און רבי חנניה יוסף האלפרין.

ער האט חתונה געהאט מיט מרת אסתר, א טאכטער פון רבי שלמה צבי אטיק, א קארלינער חסיד, פאטער פון רבי מענדל און רבי אברהם.

אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך מסתופף געווען ביים ביאלער רבי'ן רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש[2], וואו ער איז געווען א ראש חבורה פאר יונגעלייט, און א מדריך פאר חתנים אינעם חסידות. נאך דעם ביאלער רבי'נס פטירה איז ער געווען א תלמיד פון רבי אשר פריינד.

נאך בחיי אביו האט ער אויפגעשטעלט זיין בית מדרש "דרכי צדק פאריסוב" – זייענדיג אן אייניקל בן אחר בן פון רבי אריה מרדכי ראבינאוויטש (תקצ"ג–תרמ"ה), אדמו"ר פון פאריסוב-ירושלים – אין די בתי ווארשע געגנט אין ירושלים. דער בית המדרש האט אויך געדינט אלס א ישיבה פאר תורת הנסתר, וואו דער רבי פלעגט אלץ איבערגעבן שיעורים אין קבלה. אויך זענען געגרינדעט געווארן א הכנסת אורחים און א קאסע פאר נויטבאדערפטיגע אין די קהילה. אויך זענען פארהאן פאריסובער בתי מדרשים אין לאנדאן און אין בארא פארק[3], און שטייט בנשיאות פון 'כתר מלכות' מיידל שולע אין ירושלים[4] ער האט פארגעלערנט שיעורים אין קבלה און חסידות, און בפרט אינעם ספר פרי הארץ, זיך זעענדיג צוגעבונדן צום מחבר, רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק[5].

ער איז געווען פאררעכנט אלס קנאי, זיך ציילנדיג צווישן די אוסרים צו אנטיילנעמען אין די וואלן אין מדינת ישראל[6], און געשטיצט אז פרויען זאלן גיין אנגעטון א "שאל", אן אויבערקלייד וואס באהאלט דעם קערפער געשטעל, נאכזאגנדיג פון זיין פאטער אז מ'קען דורכדעם פועל'ן ישועות און מקרב זיין די גאולה[7].

צווישן זיינע תלמידים ציילן זיך רבי דוד אייכנשטיין, בורשטינער רבי פון בארא פארק, רבי אברהם יחזקאל פריעדמאנן, מקובל און קאמאדער רב אין מאנסי און רבי אהרן ישראל חיים ווייס, ספינקער רבי פון גני גד אין בני ברק.

ער איז נפטר געווארן שבת קודש פרשת עקב כ' מנחם אב תשפ"ד, אין עלטער פון 85 יאר[8].

משפחה

ספרים

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 59
  2. דוד ירחמיאל צבי רבינוביץ, עיוני הלכות ב, עמ' קב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  3. העדה, עמ' ג
  4. בטאון העדה, דורות - 158, שלח תשע"ג
  5. המבשר תורני - 67, עמ' 16, חוה"מ פסח
  6. חיים רוזנבוים, ‏נצחו אראלים את המצוקים | אבל כבד בפוריסוב, אויף כיכר השבת, אוגוסט 24, 2024
  7. קול קורא אין ארגון נפשנו, בדרך המלך נלך, עמ' 73 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);   כ"ק אדמו"ר מפוריסוב בדברי חיזוק בערוץ SiataDishmaya אויף יוטיוב (לענג: 05:09)
  8. יוסי שטארק, ‏אבל בעולם החסידות: הסתלקות כ”ק האדמו”ר מפוריסוב זצוק”ל, אויף JDN(העברעאיש); משה ויסברג, אבל כבד: האדמו"ר מפוריסוב זצ"ל שהיה בקי בנגלה ובנסתר, אויף בחדרי חרדים, אוגוסט 24, 2024