רוי:אבן תבון

פון המכלול
ווערסיע פון 16:57, 17 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט ''''אבן תבון''' איז געווען א באַרימטע פאַמיליע אין שפּאַניע אין דרום-פראנקרייך אין 12טן און 13טן יאָרהונדערט, אַרויסגעגעבן גרויסע פּערזענליכקייטן, באַקאַנט אַלס איבערזעצער פון אַ סך וויכטיגע ספרים פון א...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אבן תבון איז געווען א באַרימטע פאַמיליע אין שפּאַניע אין דרום-פראנקרייך אין 12טן און 13טן יאָרהונדערט, אַרויסגעגעבן גרויסע פּערזענליכקייטן, באַקאַנט אַלס איבערזעצער פון אַ סך וויכטיגע ספרים פון אַראַביש אין העברעאיש.

  • יהודה בן שאול אבן תבון (1120 אין גראנאדא, שפּאַניע – געשטאָרבן נאָכן יאָר 1190) געווען דאָקטאָר אין דרום-פראנקרייך אין לונעל, איבערזעצט פון אַראַביש אין העברעאיש דאָס פילאָזאָפישע עטישע ספר פון רבי בחיי אבן פּקודה "חובות הלבבות", דעם "תיקון הנפש" פון רבי שלמה אבן גבירול, דעם "הכוזרי" פון רבי יהודה הלוי, "אמונות ודעות" פון רב סעדיה גאון, די ספרים "הרקמה" און "ספר השרשים" פון רבי יונה אבן גנאח; פון אים איז געבליבן די באַרימטע "צוואה", פאַרעפנטליכט אין די צוואות-זאַמלונג פון אבראהאמס.
  • שמואל אבן תבון (1150 – 1230 אין דרום-פראנקרייך), זון פון דערמאנטן רבי יהודה בן שאול, דאָקטאָר, פילאָזאָף, איבערזעצער; באַקאַנט דורך איבערזעצן דעם רמב"ם'ס "מורה נבוכים" פון אַראַביש אין העברעאיש מיט דער הסכמה פון רמב"ם: ער האָט אויך איבערזעצט די "שמונה פּרקים און "מאמר תחיית המתים" פון רמב"ם, ער האָט אויך מחבר געווען ספרים איבער פילאָזאָפיע.
  • משה (1240 – 1283) דאָקטאָר און איבערזעצער אין דרום-פראנקרייך (זון פון ר' שמואל אבן תבון); איבערזעצט פון אראביש דעם רמב"מ'ס "פּירוש המשניות", "ספר המצות", "מלות ההגיון" און אַנדערע ספרים; ער האָט אַליין אויך מחבר געווען ספרים איבער תנ"ך און אגדות.
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!