חיים משה שטויבער
געבורט |
1941 כ"א כסליו תש"ב קארלסבורג |
---|---|
פטירה |
2020 (אלט: 79 בערך) י' אייר תש"פ |
חיים משה שטויבער (אדער שטאובער; תש"ב–תש"פ) איז געווען כלל-טוער, עסקן, און ווארטזאגער פאר סאטמאר אין אמעריקע.
ביאגראפיע
חיים משה איז געבוירן אין קארסלבורג אום כ"א כסליו תש"ב, צו רבי יחזקאל מנחם שטויבער שו"ב אין קארלסבורג, צפת, און אנטווערפן. אין יאר תשי"ח איז חיים משה ארויסגעקומען[אויסקלארונג פארלאנגט] לערנען אין ישיבה פון סאטמארער רבי'ן רבי יואל טייטלבוים, וועמען ער האט משמש געווען א שטיק צייט אלס הויז בחור. אין תשכ"ב האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי צבי אביגדור פעקעטע, נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג. אין תשס"ז האט ער געליטן פון א סטראוק[1], און ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ.
עסקנות
אין די פריער יארן פון סאטמאר אין אמעריקע, איז שטויבער געווען פון די פירנדע עסקנים און כלל טוער, און פאר איבער צוויי צענדליג-יארן האט ער געדינט אלס סאטמארער רבי'ס רעכטע האנט[2].
ער איז געווען האט פארשטאנען צו פאליטיק און אנגעקניפט קשרים מיט פאליטישע באאמטע, און ער פלעגט אויפטרעטן ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט רעדעס אויף ענגליש פאר די פרעסע ביי דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל אנגעפירט דורך סאטמארער חסידים. ער האט געדינט אלס ווארטזאגער אריינצושטעלן אפיציעלע לייט-ארטיקלען אין אלגעמיינע צייטונגען אין נאמען פון סאטמאר. אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן[3][4].
ער איז געווען אן אקטיווער מיטגליד אין די רב טוב ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים איבער די וועלט, און פון די גרינדער פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג (יו-דזשעי-או). ער האט רעפרעזענטירט באקאנטע ארגאניזאציעס, ווי התאחדות הרבנים און כולל שומרי החומות[5].
ער האט געדינט אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד, פון יאר תשל"ב ביז תשל"ח, און שפעטער פון יאר תשנ"ד ביז תש"ס[6]. אונטער אים איז עס שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם. ער האט געשריבן עדיטאריעלס אונטערן פסעוודאנם "שמחה בוימל" (אקראנים פאר: ה'רב ח'יים מ'שה ש'טויבער ב'ן י'חזקאל מ'נחם ו'ל'אה). אויך האט ער אויסגעגעבן א שטיק צייט א טעגליכער צייטונג אויף אידיש און ענגליש[7].
א שטיקל תקופה איז ער געווען א בדחן אויף חתונות, אזוי ווי זיין פאטער און אנדערע געשוויסטער[8].
ווערק
ער האט ארויסגעגעבן עטליכע ביכער.
- ספר זכרונות - פון רבנו הקדוש מרן ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, ערשטער טייל (ניו יארק תש"מ), אויף יידיש בוך צענטער
- The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections, : Feldheim Pub, 2011 ISBN 9781598267648
קינדער
- יצחק (קרית יואל)
- חנני' יום טוב ליפא (הומאריסט, בארא פארק)
- יעקב (טעראפיסט, בארא פארק-מאנסי)
- צבי אביגדור (הערשי, מאנסי)
- שמואל מאיר (בארא פארק)
- זלמן לייב (לייבי, מאנסי)
דרויסנדיגע לינקס
- "חדש: The Satmar Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער", אשכול אויף אייוועלט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:לינק
ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע New York - Chanukah In Satmar: A Glimpse Into The Rebbe’s Court, אויף VINnews, דעצעמבער 12, 2011- "ר' חיים משה רופט אריין קול מבשר מיט זיין פערזענליכער געשיכטע", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
- "שטריכן און אנעקדאטן וועגן די אלזייטיגע פעולות און פילפארביגער פערזענלעכקייט פון ר׳ חיים משה שטויבער ז״ל - אבסערוואציעס פון א זון", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
- " לעגענדארער טעראפיסט הרב יעקב שטויבער, איבער... וואס ער האט מקבל געווען פון זיין לייטזעליגער פאטער הרב חיים משה שטויבער, גרינדער פון פתח תקוה", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
רעפערענצן
- ↑ קאץ און מויז (ניק), תגובה אויף אייוועלט
- ↑ Rabbi Chaim Moshe Stauber z”l, אויף matzav
- ↑ Douglas Martin, About New York; In Williamsburg, Hasidim Find A Door of Hope, New York Times, March 8, 1989 ( ארכיוו)
- ↑ Stephen J. Solarz, EXTENSIONS OF REMARKS: A Door of Hope in Brooklyn (עמ' 29500), אויף אמעריקאנער קאנגרעס וועבזייטל, October 15, 1990
- ↑ Rabbi Chaim Moshe Stauber, 76, Brooklyn, N.Y, אויף chabad.org
- ↑ אידיש.טייפינג (ניק), תגובה אויף אייוועלט
- ↑ נייעס1 (ניק), תגובה אויף אייוועלט
- ↑ קיקיון (ניק), תגובה אויף אייוועלט