רוי:תרבות

פון המכלול
ווערסיע פון 23:08, 14 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תרבות ("קולטור", אין מאָדערנעם העברעאיש) איז געווען א געזעלשאַפט צו פאַרשפּרייטן העברעאישע שפּראך און שולעס, אַנטשטאַנען אין אוקראינע 1917, געפירט גרויסע אַרבעט פאַר העברעאיש און העברעאישע שולעס אין פּוילן, ליטע, רומעניע, בולגאַריע ביז די נאַצי-דייטשן האָבן פאַרנומען די דאָזיגע לענדער אין דער מלחמה פון 1939. אין פּוילן האָט תרבות געהאט איבער 500 העברעאישע שולעס. אַ געוויסע טעטיגקייט פירט תרבות אויך אין די פאַראייניגטע שטאַטן פון אַמעריקע און אַרגענטינע.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!