רוי:זיסי ווייצמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 09:43, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

זיסי ווייצמאן
Вейцман Зиси Давидович.jpg
געבורט נאוועמבער 30, 1946
פטירה נאוועמבער 12, 2020 (אלט: 73)
שם לידה זוסיא ווייצמאן
מקום לימודים Military Engineering-Technical University
שפות היצירה יידיש
תחום כתיבה דיכטונג, זשורנאליזם

זוסיא "זיסי" ווייצמאן (רוסיש: Зиси Вейцман; נאוועמבער 30, 1946, בעלץ, מאלדאווענאוועמבער 12, 2020, באר שבע, מדינת ישראל[1]) איז געווען א אידישער דיכטער און זשורנאליסט וועלכער האט געשריבן אויף יידיש. ער איז געווען א מיטגליד פון דער פארבאנד פון שרייבער אין סאוויעטן פארבאנד און אין רוסלאנד.

לעבנס-געשיכטע

זיסי ווייצמאן איז געבוירן געווארן אין בעלץ, היינט אין מאלדאווע[2], צו דוד[3] און שרה. נאכ'ן ענדיגן זיין מיליטער דינסט אין 1968, האט ער אנגעהויבן לערנען אין די הויכע מיליטערישע בוי-שולע אין פושקין. ער האט געדינט אלס אפיציר אין די אייזנבאן כוחות פון דער סאוויעטישער ארמיי אין דער ווייט-מזרח מיליטערישער דיסטריקט, ווען די בייקאל-אמור באן-ליניע איז געבויט געווארן. אין 1986 איז ער אריבערגעפירט געווארן קיין סאמארע, וואו ער איז געווארן אן אקטיוויסט אין דער אידישער ארגאניזאציע "תרבות לעם" און איינער פון די גרינדער פון דער צייטונג "תרבות". ער איז געווען דער דעפוטי-רעדאקטאר פון דער צייטונג און האט אנגעפירט מיט דער אידישער רעדאקציע פון "ראדיא-7".

ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן זיינע ווערק פון זיין צוואנציגסטן יאר, הויפטזעכליך אין דער מאסקווער זשורנאל "סאוועטיש היימלאנד" (פון 1971) און אין דער צייטונג "ביראבידזשאנער שטערן" (פון 1966).

ווייצמאנ'ס לידער זענען אריינגענומען געווארן אויף רוסיש אין דער זאמלונג "סאוועטישע אידישע פאעזיע" (מאסקווע, 1985) און אויף אידיש - אין דער קאלעקטיווער זאמלונג פון יונגע אידישע דיכטער "האריזאנטן" (1987). זיינע לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש דורך לעאניד שקאלניק, זענען ארויס אין א באזונדער בוך אין סאמארע אין 1992. א זאמלונג פון אויסגעקליבענע לידער "א פרייליכער רעגן" איז געווארן פובליצירט אין 2016.

פון ענדע 2006 האט ער געוואוינט אין באר שבע, פובליצירט זיינע ווערק אין אומאפהענגיגע אינטערנעט אויסגאבעס, אין דער ניו יארקער אידישער צייטונג "פארווערטס", און אין פארשידענע צייטונגען פון מדינת ישראל. ער האט אויך פארעפנטליכט איבערזעצונגען פון אידיש.

ער איז געשטארבן נאך א לאנגער, שווערער קרענק אין דער נאכט פון נאוועמבער 12, 2020[4]. ער איז באערדיגט געווארן אויפ'ן שטאטישן בית עלמין אין באר שבע.

פאמיליע

זיינע ברידער זענען: אהרן (געבוירן 1948), א קינסטלער און שרייבער פון קורצע דערציילונגען; מענדל (געבוירן 1951), א שרייבער, מחבר פון הומאריסטישע דערציילונגען און שפאסיגע ווערטערביכער פון בעסאראבישע-אידישע אויסדרוקן.

ביכער

  • Лэхаим! (לחיים!, איבערגעזעצט אויף רוסיש דורך לעאניד שקאלניק), סאמארע, 1991.
  • א פרייליכער רעגן, תל אביב, [5]2016.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. "12 ноября в Израиле после продолжительной болезни на 74-м году жизни скончался поэт и журналист Зиси Вейцман". Archived from the original on 2020-11-13. Retrieved 2020-11-14.
  2. "Зиси Вейцман". Archived from the original on 2015-04-02. Retrieved 2015-03-03.
  3. וועלכער האט געדינט און געווארן באערט אין די צווייטע וועלט מלחמה (רעקארד).
  4. "Как будет на идиш «родная земля»?". Archived from the original on 2020-11-13. Retrieved 2020-11-12.
  5. "אינטערוויו מיט זיסי ווייצמאן". Archived from the original on 2016-09-15. Retrieved 2016-09-09.
טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון רוסיש וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער