תשליך
תַּשְלִיך (אין טייל ספרד'ישע קהילות ווערט עס אנגערופן וְתַשְׁלִיךְ מיט א ו', לויט'ן פסוק) איז א מנהג אין ראש השנה צו גיין צו א טייך און זאגן א תפילה וואו מען דריקט אויס ווילן צו אוועקווארפן אלע חטאים אלס חלק פון תשובה טון. דער מנהג איז צו טון תשליך דעם ערשטן טאג ראש השנה און אויך אויסשאקלען די קליידער כדי צו סימבאליש אריינווארפן די עבירות אין וואסער. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז אין די ה'ק' יארן. דער נאמען און דער געדאנק פון דעם מנהג איז באזירט אויף די ווערטער פון מיכה: ”וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם”[1], וואס הייבט אן דעם תפילה.
מקור
דער מנהג פון תשליך ווערט נישט געברענגט אין די מקורות פריער ווי די שפעטע ה'ק' יארן. אין 2טער י"ה האט טערטוליאן באצייכנט אז די אידן פירן זיך אפצורעכטן א תפילה בציבור ביים בארטן אין יום כיפור, וואס מען קען דערין זען אן ענליכער מנהג. טייל פארשער האבן עס פארבינדן מיט די מצוה פון שעיר לעזאזל, אן אנדערע סימבאלישע אקט פון פארשיקן די עבירות[2].
רש"י ברענגט פון תשובת הגאונים א מנהג וואס דערמאנט א צוזאמשטעל פון תשליך מיט כפרות: "22 אדער 15 טעג פאר ראש השנה האט יעדער געמאכט פאר יעדן פון די הויזגעזינד טעפּלעך פון לולב בלעטער און אנגעפילט מיט ערד און בהמה אפּפאל, און איינגעזייט דערין פול המצרי אדער קיטנית און מ'האט עס גערופן פורפיסא און ס'איז געוואקסן. ערב ראש השנה האט מען דאס גענומען און עס געדרייט העכער דעם קאפ זיבן מאל און געזאגט 'זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" און דערנאך האט מען עס אריין געווארפן אין טייך"[3].
דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז, ווארשיינליך אין די ה'ק' יארן. טייל פארשער ווייזן אָן אז אַן ענליכע צערעמאניע איז שוין געווען איינגעפירט ביי די קריסטן פון קעלן אין 14'טער יארהונדערט[4]. דער מנהג ווערט נישט דערמאנט אין די ראשונים, חוץ פון דער ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק פון טירנא און דער מהרי"ל:
מה שנוהגים לילך בראש השנה אחר הסעודה אצל ימים ונהרות, להשליך במצולות ים כל חטאותינו, משום דאיתא במדרש זכר לעקידה שעבר אברהם אבינו בנהר עד צוארו ואמר "הושיעה ה' כי באו מים עד נפש" והוא השטן שנעשה כמו נהר לעכב אותו מן העקידה.
— מהרי"ל, הלכות ראש השנה ס"ט
דער מנהג איז נישט געברענגט געווארן אין שלחן ערוך, און ווי אנדערע מנהגי אשכנז איז עס צוגעלייגט געווארן דורך דער רמ"א[5]. אין די שפעטע ה'ש' יארן האט זיך דער מנהג אנגעהויבן אויסשפרייטן אויך ביי די ספרדים, מיט די השפעה פון רבי חיים וויטאל וואס האט אויסגעלויבט דעם מנהג[6]. אין די פארטוגעזישע שוהל פון אמסטערדאם, וואס מען האט אנגעהויבן בויען אין יאר ה'תל"א, געפינט זיך א וואסער גרוב, וואס איז באניצט געווארן פאר תשליך. טייל דרינגען אויף דערפון אז דער מנהג איז שוין דאן געווען פארשפרייט צווישן די ספרדים, אבער אנדערע שלאגן אפ אז דער גרוב איז אריגינעל געבויט געווארן בלויז פאר שיינקייט.
אויך ביי די אידן פון איטאליע איז געווארן אנגענומען דער מנהג[7].
טעם
עס זענען פארהאן א צאל טעמים צום מנהג. צווישן זיי:
- א זכר צו עקידת יצחק, לויט ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש[8] אז דער שטן האט זיך פארשטעלט ווי א טייך כדי צו שטערן אברהם און יצחק אבינו אין זייער וועג[9].
- די וואסערן שטעלן פאר דער תהום וואס איז געווען אין אנהייב פון וועלט באשאף, גייט מען זיי זען אין טאג וואס מען פייערט דעם בריאת העולם, צו געדענקען אז השי"ת האט אלעס באשאפן און תשובה טון אויף די עבירות[10].
- מען טרעפט אז וואסער וואס גיסט זיך איז א סימן פון הכנעה און תשובה[11], מיר צייגן דערמיט פאר השי"ת אז מיר זענען פאר אים ווי אויסגעגאסענע וואסערן[12].
- לויט דער גמרא אז דער מלך ווערט נאר געזאלבט ביים קוואל אז זייער מלכות זאל זיך ציען[13], און אין ראש השנה זענען מיר ממליך דעם אויבערשטן[14].
פירונג
נוסח פון תשליך
|
---|
מִי אֵל כָּמוֹךָ נוֹשא עָוֹן וְעוֹבֵר עַל פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַחֲלָתוֹ לֹא הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּי חָפֵץ חֶסֶד הוּא: יָשׁוּב יְרַחֲמֵנוּ יִכְבּוֹשׁ עֲוֹנוֹתֵינוּ וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאתָם: תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב חֶסֶד לְאַבְרָהָם אֲשֶׁר נִשְׁבַּעְתָּ לַאֲבוֹתֵינוּ מִימֵי קֶדֶם: |
דעם ערשטן טאג פון ראש השנה נאך מנחה גייט מען צום ים אדער צו א טייך, און מען זאגט פסוקים און תפילות אלס בקשה אז די עבירות זאלן פארפאלן ווערן אין ים, באזירט אויפן פסוק "...וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם"[1].
פלאץ
עס איז בעסער צו גיין צו א וואסער וואס דערין זענען פארהאן פיש[15]. דער טעם דערצו איז צו געדענקען אז מיר זענען געגליכן צו פיש וועלכע קענען פלוצלינג געכאפט ווערן דורך דעם פישער, אזוי קענען מיר פארכאפט ווערן אין נעץ פון מידת הדין[16], און די מחשבה וועט אונז מעורר זיין צו תשובה[17]. נאך א טעם איז, ווייל די פישן ווייזן אויף ברכה מיט דעם וואס עין הרע איז נישט שולט אויף זיי, און 'שיפרו וירבו כדגים'[18]. אין חמדת ימים ווערט דערמאנט נאך א סיבה, ווייל דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דינא קשיא, דעריבער גייט מען צום וואסער וואס ווייזט אויף חסדים צו ממתיק זיין צו דינא רפיא, און אויך די פיש מיט זייערע אפענע אויגן ('עינא פקיחא') צייגן אויף חסדים[19].
אין א פלאץ וואס איז נישט פארהאן קיין טייך אדער קוואל וואסער, האט מען געמאכט אן עקסטערן בור אין הויף פון שוהל, אדער איז מען ארויף צו א הויכע פלאץ וואס פון דארטן זעט מען וואסער[20]. טייל האבן זיך געפירט צו עפענען דעם קראן וואסער און דארט געזאגט תשליך, אדער קען מען עס זאגן ביי א כלי אנגעפילט מיט וואסער[21].
ביי די אידן פון קורדיסטאן איז געווען א מנהג צו אריין טאנצן אין די וואסער מיט די קליידער נאכן זאגן תשליך. טייל האבן זיך באגנוגנט מיט זאגן דעם תשליך שטייענדיג אויף פּליטן וועלכע זענען געשווימען אין טייך כאבור.
צייט
די צייט פאר תשליך איז אין ערשטן טאג ראש השנה, נאך מנחה איידער די שקיעה[22]. מען פירט זיך צו גיין אויך נאך די שקיעה, ביז ביינאכט[23]. אויב וועט מען נישט קענען גיין נאך מנחה, קען מען עס טון בעפאר מנחה[23].
אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים, ביי די אידן פון איטאליע[7] און ביי א טייל פון די ספרדים צו אפשטופן דעם תשליך צום צווייטן טאג, כדי מען זאל נישט צוקומען צו טראגן די מחזורים אינדרויסן פון עירוב. רוב ספרדים זאגן עס אבער אויך אין אזא יאר אין ערשטן טאג.
ביי טייל חסידים איז איינגעפירט צו גיין צו תשליך אין די עשרת ימי תשובה, צווישן ראש השנה און יום כיפור, און בעיקר א טאג פאר ערב יום כיפור (אדער דעם אוונט בעפאר), וואס ווערט גערופן "שלש עשרה מידות"[24].
תפילות און מנהגים
מען פירט זיך צו זאגן די דריי פסוקים פון די ענדע פון ספר מיכה (ז, יח–כ):
מִי-אֵל כָּמוֹךָ נֹשֵׂא עָוֹן וְעֹבֵר עַל-פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַחֲלָתוֹ לֹא-הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּי-חָפֵץ חֶסֶד הוּא. / יָשׁוּב יְרַחֲמֵנוּ יִכְבֹּשׁ עֲוֹנֹתֵינוּ וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם. / תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב חֶסֶד לְאַבְרָהָם אֲשֶׁר-נִשְׁבַּעְתָּ לַאֲבֹתֵינוּ מִימֵי קֶדֶם.
ביי די פסוקים האט מען אינזין די דרייצן מדות של רחמים לויט א ספעציעלן סדר[19].
לויט טייל מקורות זאל מען איבערזאגן די פסוקים דריי מאל[25]. טייל לייגן צו נאך פארשידענע פסוקים[26], און קאפיטל רננו צדיקים. דער חיד"א האט פארפאסט א תפילה צו זאגן דערנאך[27] און דאס ווערט געזאגט אין פיל פלעצער.
מען שאקלט אפּ די קליידער עקן ביים זאגן "ותשליך במצולות ים..."[19], אלס א רמז צו צולייגן הארץ אז מען זאל אוועקווארפן די עבירות און זיך האלטן ריין פון יעצט און ווייטער[23]. א מענטש זאל זיך אבער נישט איינרעדן אז דערמיט קען מען פאקטיש אראפווארפן די עבירות, אן תשובה[28].
התנגדות צום מנהג
ביי א קליין חלק פון די ספרד'ישע קהילות, ווי אויך ביי רוב אידן פון תימן, איז נישט געווארן אנגענומען דער מנהג. דער ווילנער גאון איז נישט געגאנגען צו א טייך צו זאגן תשליך[29], און אזוי פירן זיך די פרושים אין ירושלים[30]. אויך רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין שרייבט אז מען זאל בעסער נישט טון דער מנהג[31], און אזוי שרייבן אויך רבי אליהו ראגאלער[32], דער אדר"ת[33], און אנדערע.
צו ליינען מער
- רבי שמואל שווארץ, פני המים, אויף אוצר החכמה
- אביגדור ברגר, סדר תשליך ומנהגיו, אויף אוצר החכמה
דרויסנדיגע לינקס
- איזידאר זינגער און יהודה דוד אייזנשטיין, "Tashlik", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- הרב גרשום הרפנס, תשליך, אויף "דעת"
- דער ארטיקל "תשליך", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- תשליך, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- זוך אויף תשליך אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 מיכה ז, יט
- ↑ מאיר י. פרת, מקורו של סדר תשליך, למרחב, סעפטעמבער 25, 1957
- ↑ רש"י, שבת פא, ב, ד"ה האי פרפיסא
- ↑ דניאל שפרבר, מנהגי ישראל, ג.; ד"ר יואל רפל, פעם, גם הגויים עשו "תשליך", אויף ynet, סעפטעמבער 5, 2021
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ב'
- ↑ שער הכוונות, הקדמה לדרושי ראש השנה
- ↑ 7.0 7.1 הלל משה סרמוניטה און אנג'לו מרדכי פיאטילי, מחזור לראש השנה כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' 175. עס ווערט דארט אבער באצייכנט אז אין די אלטע מחזורים פון דעם נוסח איז עס נישט פארהאן.
- ↑ מדרש תנחומא פרשת וירא פיסקא כ"ב
- ↑ מהרי"ל, הלכות ראש השנה ס"ט
- ↑ רמ"א, תורת העולה חלק ג' פרק נ"ו
- ↑ זעט שמואל א' ז, ו און די מפרשים אויפן פלאץ
- ↑ בית מאיר, אורח חיים סימן תקפ"ג
- ↑ הוריות יב, א
- ↑ קיצור שולחן ערוך, סימן קכט, סעיף כא
- ↑ ספר המנהגים (טירנא), ראש השנה; מטה משה, עמוד העבודה סי' תת"כ.
- ↑ הגהות מנהגים (טירנא), ראש השנה אות קל"א; מטה משה, עמוד העבודה סי' תת"כ.
- ↑ לבוש, אורח חיים סימן תקצ"ו
- ↑ דרכי משה, אורח חיים, סימן תקפ"ג
- ↑ 19.0 19.1 19.2 חמדת ימים, ראש השנה, פרק ז'
- ↑ יפה ללב, אורח חיים חלק ב' סימן ק"נ אות ב'; חבת ירושלים, ענין צפת.
- ↑ מעדני דניאל, סימן תקפ"ג
- ↑ שער הכוונות, הקדמה לדרושי ראש השנה; קיצור של"ה מסכת ראש השנה, הגה ד"ה ויש לילך; מטה אפרים, סימן תקצ"ח. זעט אויך מהרי"ל, הלכות ראש השנה ס"ט, אז די צייט דערצו איז נאך די סעודה
- ↑ 23.0 23.1 23.2 מטה אפרים, סי' תקצח, ד-ז
- ↑ ליקוטי מהרי"ח, תפלת מוסף דראש השנה; שער יששכר, מאמר שובה ישראל אות כ"ב.
- ↑ קיצור של"ה, מסכת ראש השנה ד"ה כתב הש"ע; סידור חמדת ישראל, סדר תשליך; סידור רבי אשר.
- ↑ סידור חמדת ישראל, סדר תשליך: תהלים קיח, ה–ט, תהלים לג, און ישעיה יא, ט.
- ↑ צפורן שמיר סימן י"ב
- ↑ קיצור של"ה מסכת ראש השנה, הגה ד"ה ראו לבטל
- ↑ ספר מעשה רב, סעיף ר"ט
- ↑ זעט לוח לארץ ישראל
- ↑ ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ד'
- ↑ יד אליהו, חלק הפסקים, צוואה אות ב'
- ↑ אין זיין ספר תפילת דוד: ”ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים”.
ראש השנה | ||
---|---|---|
מצוות | תקיעת שופר | |
מנהגים | ערב ראש השנה • התרת נדרים • סימני ראש השנה • שנהיה לראש ולא לזנב • עפל אין האניג • תשליך | |
תפילות און פיוטים | תפילות ראש השנה • אחות קטנה • מלכויות זכרונות שופרות • ונתנה תוקף • וכל מאמינים • למנצח לבני קרח מזמור • הנני העני ממעש • היום הרת עולם • ארשת שפתינו • לא-ל עורך דין | |
צווישן ראש השנה און יום כיפור | עשרת ימי תשובה • ימים נוראים • אבינו מלכנו • סליחות • בין כסה לעשור • כפרות | |
פארשידנס | מסכת ראש השנה • לא אד"ו ראש | |
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.