רוי:משה סופר (ירושלים)

פון המכלול
ווערסיע פון 22:10, 27 יוני 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קאסאוו" ב־"קאסוב")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

משה סופר
געבורט ה'תש"ז
אונגארן
טעטיגקייט אָרט ירושלים
דינאסטיע ערלוי
קינדער שלום צבי סופר
6'טער ערלוי'ער רבי
ה'תשע"ו -

רבי משה סופר (געבוירן ד' סיון ה'תש"ז, 1טן יאנואר 1947), איז דער יעצטיגער ערלויער רב, און א זעקסטער דור פון דעם גרינדער פון דער סופר פאמיליע דינאסטיע דער חת"ם סופר. ער איז אויכעט א מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

לעבנסגעשיכטע

רבי משה איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תש"ז אין אונגארן, צו זיינע עלטערן רבי יוחנן סופר, דער פריערדיגער ערלויער רב, און צו זיין מוטער מרת מרים, טאכטער פון רבי יעקב פאלל. ער הייסט נאך זיין זיידן (זיין פאטער'ס פאטער) רבי משה סופר, דער בעל מחבר ספר שו"ת "יד סופר", וועלכער איז אומגעקומען על קידוש השם אין חורבן אייראפע. אין זיין קינדהייט פלעגט ער לערנען אין דער עץ חיים תלמוד תורה אין ירושלים. ווען האט ער דעגרייכט דעם פרק "האיש מקדש", האט ער געהייראט מרת חיה שרה יענטא, טאכטער פון רבי משולם יששכר אשכנזי, דער פריערדיגער סטאניסלאווער רבי פון לאנדאן. פאר לאנגע יארן האט ער געדינט אלס רב פון זיינע פאטער'ס חסידים אין דער שטאט בני ברק, און שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן אין לאנדאן צו וואוינען נאענט צו זיין שווער. אין לאנדאן האט ער אויכעט געדינט אלס רב פון די ערלוי'ער חסידים. אין יאר ה'תש"ע, נאכדעם וואס זיין פאטער האט געוויילט אויף א אפרו אין שווייץ און האט געכאפט אן געהירן-אנפאל, און צוליב דעם האט ער זיך שטארק פארשוואכט, רבי משה האט זיך צוריקגעקערט אין ירושלים צו וואוינען לעבן זיין טאטע און איז בארופן געווארן אלס רב פון דער ערלויער געמיינדע אין ירושלים. אין יענער צייט פלעגט ער אויך פירן באטעס, אנשטאט זיין פאטער וועלכער צוליב זיין שוואכקייט האט זעלטן געפירט טישן. דערצו האט ער אנגעהויבן מסדר קידושין זיין פאר די תלמידים פון דער ערלויער ישיבה אין זייערע חתונות. נאך דער פטירה פון זיין פאטער י"ג אדר א' ה'תשע"ו, איז ער אויסגעוועלט געווארן פארצוזעצן די גאלדענע קייט און באקרוינט געווארן רב אנשטאט זיין פאטער.

קינדער

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!