באַניצער:שווערמער/האט איר געוואוסט

פון המכלול
< באַניצער:שווערמער
ווערסיע פון 18:49, 17 יוני 2024 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> דער גרעסטער נומער וואס מען קען ארויסשרייבן אין רוימישע צאל אויף די געווענליכע שטייגער איז 3,999,999; מען שרייבט עס <span style="text-decoration: overline;">MMMCMXCIX</span>CMXCIX. די שילדערונגען אין די פסוקים איבער דער שלעכטער גייסט וואס...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.

דער גרעסטער נומער וואס מען קען ארויסשרייבן אין רוימישע צאל אויף די געווענליכע שטייגער איז 3,999,999; מען שרייבט עס MMMCMXCIXCMXCIX.

די שילדערונגען אין די פסוקים איבער דער שלעכטער גייסט וואס פלעגט פלאגן שאול המלך האט געברענגט פסיכאלאגן צו פרובירן קליניש צו דיאגנאזירן שאול. אין ילקוט מעם לועז, ווי אויך אין מלבי"ם ווערט געברענגט אז שאול האט געליטן פון מעלאנכאליע (מרה שחורה).

די מערסטע באניצער עס זענען אויפאמאל געווען אויף אייוועלט, איז געווען באלד נאך די כאמאס אטאקע אויף ארץ ישראל, ווען עס זענען געווען 1399 באניצער אויפ'ן וועבזייטל. דאס איז אויסער וואס איז איינמאל געווען 2432 באניצער אויפאמאל, אין רעזולטאט פון א סייבער אטאקע דורך באטנעטס נאכ'ן ארויסשטעלן א נייעס אנבאלאנגט רוסלאנד.

דער ניגון פון אקדמות שטאמט בפשטות פונעם מחבר אליין, זייענדיג פארשפרייט איבעראל וואו מען זאגט דעם פיוט. דער ניגון זעלבסט דרוקט אויס בענקשאפט; די תנועות פונעם ניגון זענען היבש ענליך צו די טעמי המקרא, וואס פאסט דאס זאגן אינמיטן ליינען.

רבי יהושע בן חנניה מיט די אנדערע חכמים זענען געפארן קיין רוים אין צוויי באזונדערע געלעגנהייטן. דער ערשטער איז געווען ארום צען יארן נאכ'ן חורבן, פארנדיג צו שתדל'ען ביים דעמאלטדיגן קייסער טיטוס; דער צווייטער מאל איז געווען 25 יאר נאכ'ן חורבן, אין די צייטן פונעם קייזער נערווא.

דער אויסדרוק "מרה שחורה" שטאמט פון דער מעדיצינישער שיטה פון גאלען, און זיין טעאריע פון פיר פלעגמעס – "ארבע ליחות" – וואס אורזאכן אלע קרענק: מרה שחורה, מרה לבנה (שליים), מרה אדומה (בלוט), און מרה ירוקה (גאל).









רעפערענצן