דרעפט:לאנגזאם און פעלדמאן
לאנגזאם און פעלדמאן (יעקב יוסף לאנגזאם און וועלוועל פעלדמאן) זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע קאמעדיאנטן אין אמעריקע. די צוויי, סקווירער חסידים, ווערן באטראכט ווי פיאנירן אין דער פעלד פון סאטיר-פארשטעלונג פאר די חרד'ישער עולם אויף אידיש.
זייערע פארשטעלונגען
זיי האבן אנגעהויבן מיט פארשטעלונגען ביים סקווירער רבינ'ס טיש יעדעס יאר פורים, היינט צו טאג שטעלן זיי פאר צוזאמען קאמעדיע שטיקלעך ביי פריוואטע מסיבות אדער עפנטליכע מעמדים ווי דער "בוני עולם" דינער[1] אד"ג. אין צוגאב, טוען די צוויי מאכן ווידעא רעקלאמעס פאר געשעפטן[2][3][4], ווי אויך פאר ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן[5][6].
די ארבעט איז געווענליך איינגעטיילט צווישן די צוויי אזוי: פעלדמאן איז דער ארגאניזירער און דער וואס פירט אן מיט די פארשטעלונגען, אין דער צייט וואס לאנגזאם איז דער עיקר קאמעדיאנט[7]. דאס שרייבן די סקריפטס ווערט געטון דורך יקותיאל פנחס גליק פון סקווירא שיכון, צוזאמען מיט לאנגזאם און פעלדמאן.
פאר עטליכע יאר האבן זיי אויך געשפילט יעדעס יאר מיט מנשה לוסטיג ביים סקווירער פורים טיש, אזוי אויך טרעטן זיי אויף יעדע שושן פורים ביים טיש אין תולדות צבי ספינקא אין וויליאמסבורג. צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער[8] אלס בדחנים ביי פארשידענע געשעענישן.
די אייגנשאפטן פון זייערער קאמעדיע
לאנגזאם שטעלט געווענליך פאר דעם כאראקטער פון א שלימזל, אומבאלומפערטן און נארישן מענטש. פעלדמאן שטעלט געווענליך פאר דעם ערנסטן אחריות'דיגן ערוואקסענעם. לאנגזאם איז על פיר רוב אנגעטון אין זיין אייגנארטיגע פארשטעלעכץ[9] - א צעריסענע געלע ציצית, אן אלטע צעריסענע היטל, א צעקנייטשטע אנצוג אן קנעפלעך, און א נאכגעלאזטע בארד און פאות. פעלדמאן איז געווענליך מינימאל פארשטעלט, ווי א דאקטער אדער רב, וכדומה ווי עס פאדערט זיך, און אמאל אויך אן קיין שום פארשטעלעכץ.
רוב פון זייערע קאמעדיעס זענען געווענליך דיאלאגן צווישן דאקטער-פאציענט, שווער-איידעם, אינטערוויוער-אפליקאנט, אא"וו. א טייל שטיקלעך ענדיגן זיך מיט גראמען.
אין די "אונטער'ן" פארשטעלונגען
דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "אונטער'ן" שפילן אונטער די בינע-נעמען "סענדער" (לאנגזאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטער'ן" אנגעהויבן פון "אונטער'ן שריפט", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטער'ן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".
זעלבסטשטענדיגע אויפטריטן
חול המועד סוכות תשפ"ד האבן זיי זעלבסטשטענדיג פארגעשטעלט א קאמעדיע פארשטעלונג "דראמאדי", אריינגעפלאכטן מיט זינג-שטיקלעך.
קישורים חיצוניים
- א פארשטעלונג אין לאנדאן
- וויאזוי זאגט מען א וויץ?
- חסד וויליאמסבורג
- אן אויפטריט אין חסד ויליאמסבורג.
- שפיל איבער קאראנע.
- בוני עולם פענסילוועניע
- אינטערוויו מיט די צוויי פאר די מאמאנט מאגאזין (עמוד 158)
רעפערענצן
- ↑ לאנגזאם פעלדמאן "קוואטער" פארשטעלונג, אויף יוטיוב
- ↑ אן אנאנס פאר די מפואר פירמע
- ↑ לי עוועניו פאטא - קאראנע, אויף yiddish videose
- ↑ Langsam Touring Israel With Ari Ungar, אויף יוטיוב, 29 במאי 2012
- ↑ די פרייז פאר א קינד, אויף יוטיוב, 6 ביולי 2020
- ↑ אדיעא אין שטיצע פון צדקת ישעיה, אויף יוטיוב
- ↑ ביי אונטער די קוליסן פון די "אונטער'ן" שפילן זעט מען קלאר ווי פעלדמאן צייגט לאנגזאם ווי אזוי אויסצופירן די קאמעדיע
- ↑ בעיקר פעלדמן וועלכער איז אויך א גראמער
- ↑ א פארשטעלעכץ וועלכע ער נוצט אויך ביי די "אונטער'ן" שפילן