רוי:רבי חיים שאול טויב

פון המכלול
ווערסיע פון 15:44, 14 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעלאוו" ב־"לעלוב")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים שאול טויב
געבורט י"ג אדר ב' ה'תשי"א, 21סטן מערץ 1951
תל אביב
כינוי מאמרי אוריתא
טעטיגקייט אָרט בני ברק
דינאסטיע מאדזשיץ
קינדער אהרן יהודה משה
בצלאל יאיר
יחזקאל
שמואל אליהו
דוד דוב
שלמה צבי הירש
שפרה זאלמאנאוו
מלכה שיף
רבקה זלאטא ראזנבוים
נחמה חיה האגער
מאדזשיץ'ער רבי
ה'תשס"ו
→ ישראל דן טויב

רבי חיים שאול טויב (געב' העברי; י"ג אדר ה'תשי"א, בלועזי; 21סטן מערץ 1951) איז דער היינטיגער מאדזשיצער רבי, און א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

לעבנסגעשיכטע

רבי חיים שאול איז געבוירן געווארן אין תל אביב צו רבי ישראל דן און מרת רחל ביילא. אלס בחור האט געלערנט אין דער פאניוועזשער ישיבה. ווען ער האט דעגרייכט דעם פרק "האיש מקדש" האט ער געהייראט זיין ווייב מרת שרה איטא, טאכטער פונעם פריערדיגן אלעקסאנדער רבי אברהם מנחם דאנציגער. דאס פארפאלק האט 6 זון און-4 טעכטער. אין יאר ה'תשמ"א האט זיין זיידע, דער אמרי אש, אים באשטימט אויפצושטעלן די מאדזשיצער ישיבה. פאר לאנגע יארן איז ער געווען ראש ישיבה פון דער מאדזשיצער ישיבה "אמרי שאול ודרכי תורה" אין בני ברק, ביז איז ער באקרוינט געווארן רבי. אום כ' סיון ה'תשס"ו, נאך דער פטירה פון זיין פאטער, האט ער איבערגענומען די פירערשאפט פונעם מאדזשיצער חסידות. זיינע דברי תורה ווערן געשריבן וועכענטליך דורך א ספעציעלער מאנשאפט פון רעדאקטארן, אונטערן נאמען "מאמרי אורייתא" און ווערן ארויסגעגעבן און פארעפענטליכט צווישן די חסידים. רבי חיים שאול ערשיינט און טרעט אויף זייער אפט פארנט פון פארבנרייכן עולם, ביי ראש חודש סעודות און מלווה מלכה וועלכע ווערן באגלייט מיט ניגונים. אויך ווערט ער געזען און באשעפטיגט ער זיך מיט קירוב לבבות אין ישיבות הסדר פונעם ציוניסטישן-מזרחי קרייז, און אפילו אין אזעלכע קיבוצים וואס ווערן באטראכט אלס א סימבאל פון פרייהייט און זענען ליידער ווייט פון אידישקייט ווי פון מזרח צו מערב.

זייט איז ער געקרוינט געווארן רבי, האט ער אנגעהויבן צו קאמפאזירן ניגונים, און הויפטזעכליך פאר די ימים נוראים, און היינט צו טאגס קאמפאזירט ער יאר יערליך מער ווי 10 ניגונים, לויטן מאדזשיצער מנהג. איינער פון זיינע מער בארימטע ניגונים איז "זכור אהבת קדומים. אונטער זיין הנהגה איז דאס חסידות היפש געוואקסן. און מען האט געדארפט פארגרעסערן דעם בית המדרש אין חבקוק גאס, בני ברק. דערצו אונטער זיין הנהגה האט מען אויפגעשטעלט מאדזשיצער שטיבלעך אין מודיעין עילית, בית שמש און אשדוד.

קינדער

  • רבי אהרן יהודה משה, האט געהייראט מרת שרה, טאכטער פון רבי חיים אברהם הורוויץ פון באסטאן בית שמש.
  • רבי בצלאל יאיר, האט געהייראט מרת שרה רייזל, טאכטער פון רבי אשר קופאלאוויטש, רב פון דער "נווה השלושה" געגנט אין בני ברק.
  • רבי יחזקאל, איידעם פון רבי יצחק פינטער, דער ביקאווסקער רבי. דינט אלס איינער פון די ראשי ישיבה פון "כתר תורה" אין דער שטאט ביתר עילית. דערצו האט ער אויך א בית מדרש אין ירושלים וואו ער דינט אלס רב.
  • רבי שמואל אליהו. ראש חבורה פון די בחורים אין מאדזשיץ. ער האט געהייראט אן אייניקל פון רבי מאיר שטערן, דער רב פון מירון.
  • רבי דוד דוב, האט געהייראט מרת בתיה חיה, טאכטער פון רבי גדליה משה גאלדמאן פון זוועהיל. דינט אלס משגיח אין דער מאדזשיצער ישיבה נחלת דן.
  • רבי שלמה צבי הירש, האט געהייראט מרת טויבא רבקה, טאכטער פון רבי יעקב יצחק בידערמאן, פון לעלוב ירושלים.
  • מרת שפרה, ווייב פון רבי שרגא פייוויש זאלמנעוו, דער אדמו"ר פון "אופלע".
  • מרת מלכה, ווייב פון רבי יוסף שיף, זון פון רבי אלימלך, דער ליזענסקער רבי. דינט אלס מגיד שיעור אין מאדזשיצער ישיבה.
  • מרת רבקה זלאטא, ווייב פון רבי יוסף דוד ראזנבוים. זון פון אליעזר זאב, דער נאדוורנא רבי פון בני ברק.
  • מרת נחמה חיה, ווייב פון רבי יחיאל יהושע האגער, זון פון יעקב, דער סערעט וויזשניצער רבי.

מוסטער:מאדזשיצער רבי'ס}

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!